נאָך דעם וואָס דער תּל־אָבֿיבֿער „פּרץ־פֿאַרלאַג‟ איז אונטערגעגאַנגען אין די אָנהייב 2000ער יאָרן און דער ניו־יאָרקער פֿאַרלאַג בײַם „ציקאָ‟ איז געוואָרן אומאַקטיוו, איז דער פֿאַרלאַג בײַם „לייוויק־הויז‟ פֿאַרבליבן דער איינציקער פֿאַרלאַג מחוץ דער חסידישער וועלט, וואָס גיט רעגלמעסיק אַרויס נײַע ביכער אויף ייִדיש פֿאַרן ברייטן עולם. זינט 1980 האָט דער פֿאַרלאַג אַרויסגעלאָזט 150 ביכער, ס׳רובֿ פֿון מחברים, וואָס האָבן געשאַפֿן זייערע ווערק זינט די 1980ער יאָרן.
דער פֿאַרלאַג שפּילט שוין 40 יאָר אַן עיקרדיקע ראָלע אין דער וועלט פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור, אָבער ביז לעצטנס איז געווען איין שוועריקייט פֿאַר די לייענער — ווי אַזוי צו קויפֿן די ביכער. אַז מע האָט געוואָלט באַשטעלן אַ בוך, האָט מען געדאַרפֿט אָדער אָנקלינגען אין ביוראָ, אָדער שיקן אַ בליצבריוו. פֿאַר די וואָס זענען צוגעוווינט צו די מאָדערנע אינטערנעץ־קראָמען, בײַ וועלכע מע דאַרף בלויז קוועטשן אויפֿן קאָמפּיוטער־מײַזל און אַרײַנקלאַפּן אַ ביסל אינפֿאָרמאַציע, איז דאָס געווען אַ שטער.
לעצננס האָט דער פֿאַרלאַג לאַנצירט אַן אינטערנעץ־קראָם, דורך וועלכער מע קען באַשטעלן צען פֿון די 150 ביכער פּובליקירט דורך „לייוויק־הויז‟, צווישן זיי עטלעכע בענדער לידער פֿון רבֿקה באַסמאַן בן־חיים, דערציילונגען פֿון צבֿי אײַזנמאַן, לידער פֿון חיקה־ברוריה װיגאַנד און קרן אלקלעי־גוט.
צוזאַמען מיט זײַנע אייגענע ביכער וועט דער פֿאַרלאַג בײַם „לייוויק־הויז‟ אויך פֿאַרקויפֿן דורך דער קראָם ביכער, וואָס די מע האָט אַרויסגעלאָזט ווי אַ טייל פֿון דער סעריע אונטער דער רעדאַקציע פֿון וועלוול טשערנין.
כּדי צו זען אַ רשימה פֿון ס׳רובֿ ביכער, וואָס דער פֿאַרלאַג בײַם „לייוויק־הויז‟ האָט אַרויסגעגעבן במשך פֿון די יאָרן 1984־2008, קוועטשט דאָ. כּדי צו באַשטעלן איינס פֿון די ביכער, וואָס מע קען ניט קויפֿן דורך דער קראָם, שרײַבט: LeyvikMail@gmail.com.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.