ווער דאַרף אַ ייִדישע שול אין אַמעריקע?

Who Needs a Yiddish School in America?

די שלום־עליכם שול 21, בערך 1950
די שלום־עליכם שול 21, בערך 1950

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published January 15, 2015, issue of February 06, 2015.

(די 5 טע זײַט פֿון 6)

בזשאָזשע און לעהרער האָבן זיך דעמאָלט צעווערטלט, בפֿרט וואָס שייך דער דערציִונג אין קעמפּ בויבעריק, וואָס בזשאָזשע האָט געהאַלטן, אַז ס׳איז אַ סך צו שוואַך. „מע רעדט ניט ייִדיש אין קעמפּ. זה לא הדרך!‟ האָט בזשאָזשע אויסגערופֿן.

„אמת, די קינדער אין בויבעריק רעדן ניט קיין ייִדיש, ווײַל 30% פֿון די קעמפּערס קענען עס נישט,‟ האָט לעהרער געענטפֿערט. „אָבער ס׳איז פֿאָרט גלײַכער צו רעדן אין ענגליש וועגן ייִדישקייט, ווי צו רעדן אין ייִדיש וועגן סאַקאָ און וואַנסעטי.‟ סאַקאָ און ווינסעטי זענען געווען איטאַליענישע אַנאַרכיסטן־פֿאַרברעכער, וואָס אַ צאָל לינק־געשטימטע ייִדן האָבן דעמאָלט באַטראַכט פֿאַר העלדן.

ביז איצט האָבן די פֿאַרוואַלטער און לערער געטענהט, אַז די קליינע צאָל קינדער אין די שולן איז אַ רעזולטאַט פֿון דעם, וואָס די עלטערן זענען גלײַכגילטיק צו ייִדישקייט, אָבער אין אַפּריל 1945 איז פֿאָרגעקומען אַ גאָר נײַע דערשײַנונג: אינעם פֿאָרשול־קלאַס פֿון דער שול 34, וואָס האָט זיך געטראָפֿן אויך שבת, האָט מען זעקס קינדער פֿון דער פֿאָרשול אַרויסגענומען, ווײַל די עלטערן האָבן פֿאַרלאַנגט, אַז מע זאָל ניט צייכענען אום שבת.

די ידיעה, אַז מע האָט פֿאַרלוירן די קינדער וואָס זייערע עלטערן האָבן דווקא געהיט שבת, האָט אַרויסגערופֿן אַ פּראָטעסט בײַ דער קומעדיקער זיצונג פֿון דער פֿאַרוואַלטונג. „די שלום־עליכם שולן האָבן טאַקע ווייניק ייִדישן אינהאַלט,‟ האָט איין פֿאַרוואַלטער, קעסלער, געזאָגט. מיט עטלעכע חדשים שפּעטער האָט מען געמאָלדן, אַז דער נײַער העברעיִש־לימוד איז געווען „זייער דערפֿאָלגרײַך‟, אַז די קינדער אין לעצטן יאָר פֿון פֿאָלקשול האָבן איצט געקענט פֿאַרשטיין אַ טעקסט פֿון מדרש און אויך אַ סך לשון־קודשדיק ווערטער, וואָס ווערן געניצט אין ייִדיש. דער פֿאָרזיצער פֿון דער עקזעקוטיווע, חבֿר גודלמאַן, האָט באַמערקט, אַז אַ צאָל עלטערן פֿאַרלאַנגען שוין אויך, אַז מע זאָל לערנען זייערע קינדער אויף בר־ און בת־מיצווה, און חבֿר ליפֿשיץ האָט פֿאָרגעלייגט, אַז מע זאָל לערנען העברעיִש שוין אין פֿערטן זמן אָן. „רעליגיע איז אַ רעזערוווּאַר פֿון דער ייִדישער קולטור,‟ האָט ער געזאָגט.

שפּיטאָלניק האָט פֿאַרלאַנגט מע זאָל נישט בלויז לערנען די קינדער ווי צו לייענען די הפֿטורה אָבער אויך ווי צו לייגן תּפֿילין. „פֿאַר וואָס ניט לערנען ייִדישע ייִנגלעך דעם שמע ישראל, ווי די ייִדן וועלכע זענען אומגעקומען על קידוש השם מיט די דאָזיקע הייליקע ווערטער אויף זייערע ליפּן?‟ האָט ער געפֿרעגט.

די דעבאַטע וועגן בר־מיצווה צערעמאָניעס האָט זיך געצויגן ביז 11:30 בײַ נאַכט, ווען מע האָט באַשלאָסן איבערצוגעבן דעם ענין צו דער פּעדאַגאָגישער קאָמיסיע. די קאָמיסיע האָט אין גיכן געמאָלדן, אַז זי וועט אויסאַרבעטן אַ צערעמאָניאַל פֿאַר בר־ און בת־מיצווה אין די שולן, און אויב די עלטערן פֿאַרלאַנגען אַ טראַדיציאָנעלע בר־מיצווה וועלן די לערער זיי אַרויסהעלפֿן.