(די 2 טע זײַט פֿון 4)
ווי אַ מענטש פֿון דער טעאַטער־וועלט, האָט טענענבוים געוווּסט וואָס פֿאַר אַן אימאַזש צו פּרעזענטירן פֿאַר יעדן מענטש, וואָס ער האָט אינטערוויויִרט. ווען ער האָט באַזוכט דעם נעאָ־נאַציסטישן שענק “קלוב 88” אין נוימינסטער, האָט ער דערקלערט: “איך הייס טאָבײַאַס און איך בין אַ פֿולשטענדיקער אַריאַנער. כ׳בין געקומען קיין דײַטשלאַנד, כּדי זיך צו דערנענטערן צו מײַנע וואָרצלען.” ער איז זייער וואַרעם אויפֿגענומען געוואָרן, בפֿרט פֿונעם אייגנטימער פֿונעם קלוב, פֿרענק. בעת אַן אינטערוויו מיט אַ משפּחה פֿון טערקישע מוסולמענער, האָט ער געזאָגט, אַז ער איז אַן עקספּערט פֿון קאָראַן. אין ביידע פֿאַלן האָט די סטראַטעגיע געהאָלפֿן “דערוואַרעמען” זײַנע סוביעקטן, צו זאָגן דאָס וואָס זיי מיינען און פֿילן אין דער אמתן.
צווישן די פֿאַרשידענע זאַכן, וואָס טענענבוים האָט אַנטדעקט וועגן די דײַטשן איז, ערשטנס, אַז ס‘רובֿ פֿון זיי טרינקען צו פֿיל ביר, און צווייטנס, אַז זיי טראָגן אין זיך ממש אַן אָבסעסיע מיט די ייִדן. נאָך דעם ווי אַ פֿרוי דערקלערט, אַז די ייִדן קאָנטראָלירן די פֿינאַנציעלע וועלט, שרײַבט טענענבוים: “שוין ווידער די ייִדן! כּמעט יעדן טאָג אַזוי… געקומען בין איך קיין דײַטשלאַנד, כּדי צו געפֿינען די דײַטשן, אָבער אַנשטאָט דעם האָבן זיי מיך געפֿונען. ווער זאָגט, אַז די דײַטשן האָבן נישט קיין חוש פֿאַר הומאָר?”
אינעם “ענגלישן גאָרטן” אין מינכן, למשל, האָט טענענבוים פֿאַרפֿירט אַ שמועס מיט אַ כירורג, ד״ר ס. וואָן ליבע. “דײַטשלאַנד איז אַ רײַך לאַנד, אָבער די פּאָליטיק דאָ איז אַ שלעכטע… מע ווייסט נישט ווער עס זאָגט דעם אמת און ווער איז דער ליגנער,” זאָגט ד״ר ליבע. מיט אַמעריקע איז ער אָבער נאָך מער ברוגז ווי מיט דײַטשלאַנד. “אַ ריזיק לאַנד, וואָס פֿאַרנעמט זיך די גאַנצע צײַט מיט ׳טעראָר׳ און ׳טעראָריסטן׳. אַזוי ווי היטלער מיט די ייִדן. [היטלער] האָט באַשולדיקט די ייִדן, און אַמעריקע באַשולדיקט די ׳טעראָריסטן׳.”
“פֿאַר וואָס זענט איר אַזוי אין כּעס אויף די אַמעריקאַנער?” פֿרעגט טענענבוים.
“ווײַל די אַמעריקאַנער צווינגען נישט די ישׂראלים איבערצוגעבן טעריטאָריע די פּאַלעסטינער.”
“פֿאַר וואָס אַרט אײַך דער מצבֿ פֿון די פּאַלעסטינער?”
“איך וויל שלום אויף דער וועלט.”
“זענט איר אויך אין כּעס וועגן דעם מצבֿ פֿון טשעטשניע?”
“וואָס?”
“טשעטשניע. דער ענין מיט רוסלאַנד. גייט עס אײַך אָן?”
“יאָ, אַוודאי.”
“אָבער ס׳איז קלאָר, אַז איר רעאַגירט נישט עמאָציאָנעל וועגן טשעטשניע. פֿאַר וואָס נישט?”
ענטפֿערט דער דאָקטער: “ווײַל דער מיטעלער מיזרח איז וויכטיקער! פֿון דאָרטן שטאַמט אונדזער רעליגיע.”
“זענט איר רעליגיעז?”
“איך? ניין!”
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.