(די 4 טע זײַט פֿון 4)
אָבער ווען דער פֿירמע־שעף פֿון “ראָוואָלט”, ווען אַלעקסאַנדער פֿעסט, האָט געזען דעם מאַנוסקריפּט, האָט ער זיך שטאַרק אַנטקעגנגעשטעלט. ער האָט געטענהט, אַז דער פֿאַרלאַג קאָן נאָך לײַדן לעגאַלע צרות, אויב מע וועט אָפּדרוקןּ אַזאַ בוך, און אַז קיינער וועט סײַ־ווי נישט וועלן לייענען וועגן די נעאָ־נאַציסטן, וואָס טענענבוים האָט אינטערוויויִרט. סוף־כּל־סוף, האָט פֿעסט מסכּים געווען עס אַרויסצוגעבן, אויפֿן תּנאַי, אַז טענענבוים וועט אים דערלויבן אויסצומעקן די קאָמענטאַרן, וואָס פֿעסט האַלט פֿאַר “נישט־רעלעוואַנט”, און אים לאָזן מאַכן געוויסע ענדערונגען; ווי, למשל, בײַטן “איך האָב פֿײַנט ייִדן” צו “איך האָב פֿײַנט ישׂראל”.
“אַוודאי האָב איך געזאָגט ניין, ווײַל דאָס בוך וואָלט שוין מער נישט געווען דאָס וואָס איך האָב געשריבן,” האָט טענענבוים געזאָגט. איז ער אַוועק זוכן אַ צווייטן פֿאַרלאַג, סײַ אין דײַטשלאַנד, סײַ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אָבער ס׳איז אים נישט געלונגען; האָט ער עס אַליין אַרויסגעלאָזט, מיטן טיטל, I Sleep in Hitler’s Room [איך שלאָף אין היטלערס צימער].
די צרה פֿון אַליין אַרויסגעבן אַ בוך איז, אַז מע מוז דעם גאַנצן פּירסום אַליין מאַכן, און טענענבוים איז תּמיד אַזוי פֿאַרנומען — סײַ מיט זײַן טעאַטער, סײַ מיט זײַן רובריק — אַז ער האָט נישט געהאַט קיין צײַט דאָס צו טאָן. פֿון דעסטוועגן, האָבן עטלעכע אָנגעזעענע צײַטשריפֿטן, אַרײַנגערעכנט “האָרץ” און “נעשאָנאַל רעוויו” (National Review) געשריבן וועגן דעם. “כ׳האָב באַקומען בליצבריוו פֿון אינטעלעקטואַלן אין דײַטשלאַנד, נישט קיין ייִדן, וועלכע האָבן געלייענט דאָס בוך און געטענהט, אַז דאָס מוז מען אומבאַדינגט אַרויסגעבן אין דײַטשלאַנד.”
איין מאָל, אויף אַ ליטעראַרישער אונטערנעמונג, האָט אַ רעדאַקטאָר פֿונעם חשובֿן דײַטשישן פֿאַרלאַג “סורקאַמפּ” [Suhrkamp] — אַ פֿאַרלאַג וואָס האָט זינט זײַן גרינדונג אין 1936 געדרוקט די ווערק פֿון הערמאַן העסע, דזשאָרדזש בערנאַרד שאָ און בערטאָלד ברעכט — דערהערט וועגן טענענבוימס בוך און מסכּים געווען איבערצולייענען דעם מאַנוסקריפּט. ס׳רובֿ פֿון די רעדאַקטאָרן בײַ “סורקאַמפּ” איז עס שטאַרק געפֿעלן געוואָרן, און זיי האָבן באַשלאָסן עס אַרויסצוגעבן אויף דײַטש.
דער “פֿאָרווערטס” האָט געפֿרעגט ד״ר טאַניאַ פּאָסטפּישיל, די וואָרטזאָגערין און פּירסום־דירעקטאָרין פֿון “סורקאַמפּ”, פֿאַר וואָס האָט דער פֿאַרלאַג באַשלאָסן אַרויסצולאָזן דאָס בוך, ווען “ראָוואָלט” האָט עס נישט געוואָלט טאָן. האָט זי געענטפֿערט: “דער פֿאַקט, אַז מיר דרוקן דאָס בוך איז שוין אַליין אַ דערקלערונג. מער ווי דאָס וועלן מיר נישט קאָמענטירן.”
“אין דײַטשלאַנד ראַנגלען זיך די מענטשן עד־היום מיט דער געשיכטע פֿון דײַטשלאַנד, און מע זעט דאָס בײַ אַלע שיכטן פֿון דער באַפֿעלקערונג,” האָט דייוויד הוגענדיק, דער ליטעראַטור־רעדאַקטאָר אויף דער וועבזײַט פֿון “די צײַט”, באַמערקט. “טובֿיה טענענבוים אַנטפּלעקט דאָס אויף אַ קאָמישן, שאַרפֿזיניקן אופֿן.” הוגענדיק האָט אָבער אויסגעדריקט אַַ חידוש, וואָס ס׳איז געווען אַזוי שווער צו געפֿינען אַ דײַטשן פֿאַרלאַג, בפֿרט נאָך דעם ווי ס׳איז שוין פּובליקירט געוואָרן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. “יעדער האָט עס שוין סײַ ווי געקענט לייענען אויף ענגליש, אַפֿילו דאָ אין דײַטשלאַנד, פֿאַרשטיי איך באמת נישט, פֿאַר וואָס ס׳איז געווען אַזאַ פּראָבלעם.”
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.