(די 3 טע זײַט פֿון 4)
ווען טענענבוים פֿרעגט דעם דאָקטער, וועלכער איז געבוירן געוואָרן אין 1945, וואָס האָט זײַן טאַטע געטאָן בעת דער מלחמה, ענטפֿערט ער, אַז ער ווייסט נישט. “אָבער איך האָב קיין מאָל אין לעבן נישט געטראָפֿן אַן אַנטיסעמיט אין דײַטשלאַנד. זיי זענען דאָ בכלל נישטאָ.”
“וווּ זענען זיי יאָ?”
“אין עסטרײַך.”
דאָס הערן אַזוינע רייד פֿון “באַלעבאַטישע” דײַטשן האָט שטאַרק געשטערט טענענבוים, ווײַל די חורבן־טעמע איז בײַ אים ביזן הײַנטיקן טאָג אַן אָפֿענער וווּנד. “טאַטע־מאַמע האָבן ביידע איבערגעלעבט דעם חורבן, אָבער זיי האָבן קיין מאָל נישט גערעדט וועגן דעם,” האָט ער דערציילט. “דער טאַטע האָט אונדז אַפֿילו נישט געוואָלט זאָגן, פֿון וועלכער שטאָט ער קומט, און כ׳האָב נישט געוווּסט ביז מײַן מאַמעס טויט, אַז זי איז געווען אין קאָנצענטראַציע־לאַגער.”
דער פּלאַן אַרויסצוגעבן אַ רײַזע־בוך וועגן די הײַנטיקע דײַטשן איז דווקא נישט געווען טענענבוימס. אין 2010 האָט אַ רעדאַקטאָרין פֿונעם דײַטשישן פֿאַרלאַג “ראָוואָלט” [Rowohlt] אים פֿאָרגעלייגט צו פֿאָרן איבערן לאַנד, אויסצוגעפֿינען ווער זענען די הײַנטיקע דײַטשן, און וואָס טראַכטן זיי — און דערנאָך אָנשרײַבן אַ בוך וועגן דעם, אינעם זעלבן הומאָריסטישן סטיל וואָס ער ניצט אין זײַן רובריק אין “די צײַט”.
טענענבוימען איז דער געדאַנק געפֿעלן געוואָרן. “כ׳האָב ליב אַרומצופֿאָרן, שמועסן מיט מענטשן,” האָט ער געזאָגט. “דער פֿאַרלאַג האָט פֿאָרויסגעזאָגט, אַז דאָס בוך וועט מסתּמא ווערן אַ בעסטסעלער; אַז מע וועט מאַכן מיט מיר אינטערוויוען אויף טעלעוויזיע און אַראַנזשירן גרויסע טורן איבערן לאַנד.”
צוליב דעם וואָס טענענבוים רעדט בעסער ענגליש ווי דײַטש (זײַנע רובריקן אין “די צײַט” שרײַבט ער אויף ענגליש, און די צײַטונג זעצט זיי איבער), האָט “ראָוואָלט” מסכּים געווען, אַז ער זאָל מאַכן די אינטערוויוען און דעם מאַנוסקריפּט אויף ענגליש, און דער פֿאַרלאַג וועט עס שוין איבערזעצן.
זעקס חדשים לאַנג איז טענענבוים געפֿאָרן איבער די שטעט און דערפֿער, אויף דעמאָנסטראַציעס, אין טוריסטן־ערטער, מוזייען, פֿוסבאָל־מאַטשן, שילן, קלויסטערס און מעטשעטן. ער האָט אינטערוויויִרט יונג און אַלט, נעאָ־נאַציס און אַנאַרכיסטן, באַרימטע פֿיגורן ווי דער געוועזענער קאַנצלער פֿון מערבֿ־דײַטשלאַנד — העלמוט שמידט, און אָרעמע לײַט ווי די טערקישע מוסולמענער אינעם אינדוסטריעלן ראַיאָן מערשלאָ (Marxloh).
טענענבוים האָט פּרטימדיק פֿאַרשריבן זײַנע שמועסן מיט די מענטשן, ווי אויך זײַנע אייגענע שפּיציקע באַמערקונגען, און געשיקט דער רעדאַקטאָרין בײַ “ראָוואָלט” דעם מאַנוסקריפּט. זי איז געווען דערשטוינט פֿון די קאָמענטאַרן. “עס טוט מיר וויי דאָס צו לייענען, און כ׳האָב אַפֿילו געוויינט — האָט זי אָפֿנהאַרציק געזאָגט — אָבער דו האָסט געמאַכט די רײַזע, נישט איך. דאָס בוך מוז אַרויסגעלאָזט ווערן.”
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.