אין אַ וואָך אַרום וועט אין דײַטשלאַנד אַרויסגעלאָזט ווערן אַ זעלטן בוך: אַ רײַזע־באַריכט פֿון לאַנד, וואָס אַנטפּלעקט, דורך הונדערטער אינטערווויוען אין כּמעט 40 שטעט און שטעטלעך פֿון דײַטשלאַנד, ממש אַן אָבסעסיע אַרום דעם ייִדישן פֿאָלק בײַ די הײַנטיקע דײַטשן, און אָפֿט מאָל אַ באַהאַלטענעם (און אַפֿילו נישט־אַזאַ־באַהאַלטענעם) אַנטיסעמיטיזם.
דער מחבר פֿונעם בוך, Allein Unter Deutschen [אַליין אונטער דײַטשן], איז טובֿיה טענענבוים, אַ תּל־אָבֿיבֿ־געבוירענער קאָלומניסט פֿון דער דײַטשישער צײַטונג “די צײַט” (Di Zeit). די רובריק, וואָס באַהאַנדלט ענינים וועגן ספּאָרט און געזונט, קומט אַרויס צוויי מאָל אַ חודש, און שפּיגלט אָפּ טענענבוימס חוש פֿאַר הומאָר און איראָניע, ווײַל ער אַליין איז אַ דיקלעכער און רייכערט אַ פּעקל פּאַפּיראָסן אַ טאָג.
טענענבוים איז אויך דער גרינדער, רעזשיסאָר און פּראָדוצענט פֿון אַ מאָדערניסטישן ענגליש־שפּראַכיקן ייִדישן טעאַטער, The Jewish Theater of New York. זײַן געטרײַער אַסיסטענט בײַ דער טעאַטער־אַרבעט איז זײַן פֿרוי, מרים.
הגם דאָס געפֿינען אַ פֿאַרלאַג אַרויסצוגעבן דאָס בוך איז דעם מחבר אָנגעקומען מיט גרינע ווערעם, זעט מען דאָס נישט אָן אויף זײַן פּנים. בעת אַן אינטערוויו מיטן “פֿאָרווערטס” אין זײַן ביוראָ אין מאַנהעטן, האָט ער גאַסטגעבעריש דערלאַנגט טיי, און זיך געוויצלט וועגן זײַן לאַגע, נישט געקוקט אויף די שוועריקייטן. דער ביוראָ שפּיגלט אָפּ זײַן פֿילפֿאַרביקע געשיכטע: אויף איין וואַנט הענגען די פּלאַקאַטן פֿון זײַנע פֿאָרשטעלונגען, The Last Jew in Europe [דער לעצטער ייִד אין אייראָפּע] און The Last Virgin [די לעצטע בתולה]; און אויף אַ צווייטער וואַנט — צענדליקער רעצענזיע־אויסשניטן פֿון זײַנע ווערק. בײַ דער דריטער וואַנט זעט מען אַ הילצערנעם שראַנק מיט ביכער אויף פֿאַרשידענע טעמעס, אַרײַנגערעכנט עפּעס אין גאַנצן אומגעריכטס: ספֿרים אויף לשון־קודש. ווײַזט זיך אַרויס, אַז דער קאָסמאָפּאָליטישער טענענבוים קומט דווקא פֿון אַ חרדישער משפּחה אין בני־ברק. “׳חזון־אישניקעס׳, חסידים פֿונעם ראַדזינער רבין,” האָט ער באַטאָנט. ס׳מאַכט נישט אויס וועלכע טעמע טענעבאָם דיסקוטירט, שײַנט אַרויס זײַן הומאָר. אַ פּנים, דערפֿאַר האָבן די מענטשן וואָס ער האָט אינטערוויויִרט, גערעדט צו אים אַזוי אָפֿנהאַרציק. ס׳האָט אויך נישט געשאַט, וואָס ער זעט אַליין אויס ווי אַ דײַטש מיט זײַנע ליכטיקע האָר און הויט. ער האָט כּמעט קיינעם נישט געזאָגט, אַז ער איז אַ ייִד, נאָר סתּם, אַז ער איז “אַ זשורנאַליסט פֿון ניו־יאָרק”. (די אינטערוויוען האָט ער טאַקע דורכגעפֿירט אויף ענגליש.)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.