דער מאַווזאָליי פֿון ערנעסטאָ געוואַראַ, מער באַקאַנט ווי טשע געוואַראַ אָדער פּשוט „טשע‟, דער לעגענדאַרער העלד פֿון דער קובאַנער רעוואָלוציע און אַ פּאָפּולערער סימבאָל פֿון פֿאַרשיידענע פּראָטעסט־באַוועגונגען, ציט צו נישט ווייניק טוריסטן פֿון דער גאַנצער וועלט. אינעם יאָר 1995, האָט דער פּענסיאָנירטער באָליווישער גענעראַל מאַריאָ וואַרגאַס איבערגעגעבן, אַז ער ווייסט, וווּ טשע געוואַראַ ליגט באַערדיקט. די אַרכעאָלאָגן פֿון עטלעכע לענדער האָבן באַשטעטיקט דאָס געביין פֿונעם באַרימטן רעוואָלוציאָנער; מיט צוויי יאָר שפּעטער, האָט מען אַריבערגעבראַכט זײַנע ביינער קיין סאַנטאַ־קלאַרע, וווּ מע האָט אויסגעבויט פֿאַר אים אַ גרויסן מאַווזאָליי.
דער פֿראַנצויזישער פֿילאָסאָף זשאַן־פּאָל סאַרטר, וועלכער האָט זיך פּערזענלעך געטראָפֿן מיט טשע געוואַראַ, האָט אים געשידלערט ווי אַ גרויסן חכם און „דעם סאַמע שלמותדיקן מענטשן פֿון דער הײַנטיקער תּקופֿה‟. טשע געוואַראַס קריטיקער באַשולדיקן אים אין ברוטאַלן אויטאָריטאַריזם. אַזוי צי אַזוי, האָט דער ניו־יאָרקער זשורנאַל „טײַם‟ אים פֿאַררעכטן אין דער רשימה פֿון די 100 וויכטיקסטע מענטשן אין דער געשיכטע פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט.
אין טשע געוואַראַס טויט איז געווען שולדיק די אַמעריקאַנער „סי־אײַ־איי‟. דעם 9טן דעצעמבער, 1967, האָט אַ געהיימער אַגענט פֿון דער דאָזיקער אָרגאַניזאַציע געהייסן אים שיסן, צוערשט, אין די פֿיס און הענט, כּדי אויסצובאַהאַלטן דעם מאָרד און פֿאַרשטעלן עס ווי אַ רעזולטאַט פֿון אַ מלחמה־שלאַכט; דערנאָך האָט מען אים דערהרגעט. אַחוץ זײַן רעוואָלוציאָנערער טעטיקייט, איז ער געווען אַ באַגאַבטער שרײַבער און דענקער, וועלכער האָט אינספּירירט צענדליקער אַנדערע מחברים.
ווי אַזוי קומט מען אָבער קיין סאַנטאַ־קלאַרע? די אָפֿיציעלע נסיעות מיט טוריסטישע אויטאָבוסן זענען געווען צו טײַער פֿאַר אונדז, דערפֿאַר האָבן מיר אָנגעהויבן זוכן אַ צופֿעליקן אויטאָ. סאַנטאַ־קלאַרע איז די פֿינפֿט־גרעסטע שטאָט אין קובאַ, מיט 220 טויזנט תּושבֿים, אָבער נישט די פּאָפּולערסטע צווישן די טוריסטן. מיר האָבן זיך געדונגען מיט אַ פּאָר האַוואַנער טאַקסיסטן, וועלכע האָבן מסכּים געווען צו פֿאַרברענגען מיט אונדז אַ גאַנצן טאָג אין סאַנטאַ־קלאַרע און אָפּצופֿירן אונדז צוריק פֿאַר אַ גענוג נידעריקער סומע געלט.
מיר האָבן אָפּגערעדט, אַז דער אויטאָ וועט קומען אויפֿן צווייטן טאָג אינדערפֿרי. ממילא, האָבן מיר באַשלאָסן צו געפֿינען אַן אַנדער וועג קיין סאַנטאַ־קלאַרע. שטעלט זיך פֿאָר, אַז אין האַוואַנע טרעפֿן מיר זיך אָן אויף די זעלבע טאַקסיסטן, וועלכע האָבן בײַ אונדז געבעטן נאָך מער געלט, ווי בײַם אָנהייב פֿונעם דינגען זיך נעכטן. ווען מיר האָבן זיך אָפּגעזאָגט, האָבן זיי באַלד געפֿונען אַן אַנדער מענטש, וועלכער האָט מסכּים געווען מיטן נעכטיקן פּרײַז.
איבערן פֿאָדערשטן פֿענצטער פֿון אונדזער שאָפֿער איז געהאַנגען אַן אַמעריקאַנער פֿענדל — אַ סבֿרא, אַז ער האָט נישט ליב די קובאַנער רעגירונג. זײַנע טײַערע קליידער, אויטאָ און אַנדערע סימנים האָבן געוויזן, אַז ער איז אַ פֿאַרמעגלעכער און פּראָ־קאַפּיטאַליסטיש געשטימטער יונגערמאַן. אַזעלכע לײַט אין קובאַ באַהאַלטן נישט אויס זייערע געפֿילן; פֿריִער, האָבן מיר אַפֿילו געזען אַ גרויסע אַמעריקאַנער פֿאָן, וואָס עמעצער האָט אַרויסגעהאַנגען פֿון זײַן שטוב.
כּמעט אַלע קובאַנער, מיט וועלכע איך האָב געשמועסט, זענען אָבער חסידים פֿון דער רעוואָלוציע און האַלטן די באַקאַנטע רעוואָלוציאָנערע פֿיגורן, אַרײַנגערעכנט פֿידעל קאַסטראָ, ווי עכטע העלדן. אַפֿילו די, וואָס באַציִען זיך בפֿירוש קריטיש צו דער רעגירונג, באַציִען זיך לאוו־דווקא פּאָזיטיוו צו די פֿאַראייניקטע שטאַטן און צו קאַפּיטאַליזם בכלל.
ווען דער יונגערמאַן האָט פֿאַרשטאַנען, אַז מיר אינטערעסירן זיך טאַקע ערנסט מיט דער געשיכטע פֿון דער קובאַנער רעוואָלוציע און האָבן זיך ספּעציעל געלאָזט אין דער לאַנגער נסיעה קיין סאַנטאַ־קלאַרע, כּדי צו באַזוכן טשע געוואַראַס קבֿר, איז ער געוואָרן אַלץ מער אַנטוישט אין אונדז. אינמיטן דעם וועג, האָט ער באַמערקט, אַז סאַנטאַ־קלאַרע איז נישט קיין שיין אָרט, אַז פֿאַר די טוריסטן איז דאָרטן נישטאָ וואָס צו טאָן, און אַז מיר האָבן געדאַרפֿט פֿאָרן קיין טרינידאַד.
בלי־שום־ספֿק, איז טרינידאַד טאַקע גאָר אַ שיינע אַלטע שטאָט, געגרינדעט אין 1514. „אונעסקאָ‟ באַטראַכט עס ווי אַ וועלט־באַרימטן היסטאָרישן אוצר. פֿונדעסטוועגן, איז סאַנטאַ־קלאַרע אונדז דווקא געפֿעלן. דער שאָפֿער איז געווען גערעכט: דאָס אָרט איז טאַקע נישט פּאָפּולער צווישן די טוריסטן. אַ טייל תּושבֿים האָבן זיך פֿאַרחידושט, ווען מיר זענען אָנגעקומען אַהין מיט אונדזערע פֿאָטאָ־אַפּאַראַטן. אין סאַנטאַ־קלאַרע איז פֿאַרשפּרייט אַ חנעוודיקער טראַנספּאָרט פֿאַר קינדער: וועגעלעך מיט אײַנגעשפּאַנטע ציגן.
אין פֿאַרגלײַך מיט דער רוישיקער האַוואַנע, האָט קיינער נישט געפּרוּווט צו פֿירן מיט אונדז צווייפֿלהאַפֿטיקע געשעפֿטן. אַדרבה, ווען מיר האָבן געקויפֿט ברויט, האָט דער בעקער באַקוקט, פֿאַרחידושט, מײַן מטבע — אַ קאָנווערטירלעכן פּעסאָ פֿאַר די אויסלענדער — און געגעבן צוריק, גאַנץ אָרנטלעך, דאָס רעשט: 20 אינערלעכע פּעסאָ. דאָס איז פֿאַר אונדז געבליבן אַ זעלטענער סוּוועניר, ווײַל די אויסלענדישע טוריסטן האָבן, געוויינטלעך, נישט קיין צוטריט צו דער אינערלעכער קובאַנער וואַלוטע.
זייער אַ פֿרײַנדלעכער יונגערמאַן איז נתפּעל געוואָרן פֿון דעם, וואָס איך בין אויפֿגעוואַקסן אין רוסלאַנד און מײַן פֿרוי — אין פֿראַנקרײַך. נאָך די האַוואַנער שנאָרער און שווינדלער, האָבן מיר שוין מורא געהאַט, אַז דאָס איז אַ פּרעלודיע צו עפּעס אַנדערש. ניין, דער יונגערמאַן האָט אַרויסגעכאַפּט פֿון דער סאַזשלקע מיט אַ פֿאָנטאַן לעבן זײַן שטוב אַ טשערעפּאַכע און האָט פּשוט געוואָלט זי ווײַזן און געבן אונדז זי צו האַלטן.
אַזוי ווי אין האַוואַנע, לעבט דער עולם אין סאַנטאַ־קלאַרע רויִק, אַרבעט פּאַוואָלינקע און האָט ליב צו שמועסן מיט צופֿעליקע מענטשן. דער אַלטער קוואַרטאַל פֿון דער שטאָט, געגרינדעט אין 1689, זעט אויס גאַנץ ציכטיק און שיין.
טשע געוואַראַס מאַווזאָליי שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ גרויסן קאָמפּלעקט פֿון מאָנומענטן. בײַם קליינעם מעמאָריאַלן מוזיי זענען געשטאַנען אין אַ ריי טוריסטישע גרופּעס, אַרײַנגערעכנט אַ טוץ ישׂראלים. מיר האָבן זיך אַרײַנגעגנבֿעט אין אַ גרופּע דײַטשישע טוריסטן; די וועכטערין האָט עס, דאַכט זיך, באַמערקט, אָבער אונדז אַרײַנגעלאָזט.
אין סאַנטאַ־קלאַרע זענען פֿאָרגעקומען די לעצטע געשעענישן פֿון דער קובאַנער רעוואָלוציע. טשע געוואַראַ האָט אָנגעפֿירט מיט דער אַרמיי, וועלכע האָט דעם 31סטן דעצעמבער ,1958, דערקלאַפּט די מיליטערישע כּוחות פֿונעם גענעראַל באַטיסטאַ, וועלכער איז אַנטלאָפֿן, נאָך אַ 12־שעהיִקער שלאַכט, פֿון קובאַ. דעם ערשטן יאַנואַר, 1959, האָבן די רעוואָלוציאָנערן דערקלערט דעם נצחון. צוליב דעם, האָט מען דווקא דאָרטן געשאַפֿן דעם מאַווזאָליי. דער וועג צו סאַנטאַ־קלאַרע איז באַצירט אויף יעדן שריט און טריט מיט פֿאַרשיידענע פּראָפּאָגאַנדיסטישע פּלאַקאַטן און רעוואָלוציאָנערע סימבאָלן. עס זעט אָבער אויס, אַז ס׳רובֿ אויסלענדער באַזוכן בלויז דעם מאַווזאָליי, און נישט די שטאָט גופֿא.
בקיצור, מיר זענען געווען צופֿרידן, אַז אונדז האָט זיך אײַנגעגעבן צו באַקענען זיך מיט דער „עכטער‟ קובאַ, וווּ עס פֿילט זיך נישט דאָס „גאָלדענע קדחת‟ פֿונעם האַנדלען מיט די אויסלענדער.
(סוף קומט)
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.