די „ישׂראליס‟

The Israelis


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published March 13, 2014, issue of March 28, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 4)

„ניין! איך וויל פֿאַרדינען אַ סך געלט, דאָס איז מײַן אינטערעס.‟

„האָסטו נאָך ברידער און שוועסטער?‟ — לאָז איך נישט אָפּ.

„איך האָב אַ ברודער, ער ספּעציאַליזירט זיך אין שלײַפֿן דימענטן אויך אין אַ פּריוואַטער שול.‟

„דאָס איז אַ גוטע פּראָפֿעסיע?‟ — לאָז איך נישט אָפּ.

„די בעסטע!‟ — מאַכט זי אויף ברייט די אויגן, — „די בעסטע! מ’קען מאַכן מאַיאָנטקעס אין דימענטן שלײַפֿערײַ.‟

„דו ווייסט, אַז אַ סך ייִדן אין בעלגיע ספּעציאַליזירן זיך אין דער פּראָפֿעסיע, ס’איז כּמעט ווי אַ ייִדישע פּראָפֿעסיע,‟ — זאָג איך איר.

זי ווערט מיד פֿון אונדזער שמועס. די מאַמע גיט אַ געשרײ:

„גבירותי! (ליידיס) די אָפּטריטן זײַנען נישט ווײַט פֿון דאַנען, ווער וויל גיין?‟

דער טיש וואַקלט זיך, אַלע ווײַבער פּראָשען אָפּ דאָס עסן פֿון זייערע בלוזקעס און לאָזן זיך צום ווײַבערישן וואַש־צימער. עס בלײַבט זיצן בלויז דער מאַן, משה, ער רוקט זיך צו נענטער צו מיר, און איך נעם אים אויף אַ שטיקעלע פֿאַרהער:

„ר’ייִד! איר רעדט ייִדיש?‟ „אַוודאי רעד איך, איך רעד פּויליש, איך רעד רוסיש, און איך רעד דײַטש.‟ איך פֿאַרשטיי פֿון זײַן זאָג, אַז ער איז אַ קאַפּיטשקע באַקאַנט מיט די שפּראַכן, און קען זיי אויפֿן שפּיץ מעסער. מילא, פֿאָר איך ווײַטער: „וווּ זײַט איר געווען אין צײַט פֿון דער מלחמה?‟