(די 4 טע זײַט פֿון 4)
„איך בין שוין אַרויס אויף פּענסיע, איך אַרבעט נישט מער, זאָלן מײַנע קינדער אַרבעטן.‟
די כאָפּטע ווײַבער האָבן זיך צוריקגעקערט פֿון די וואַש־צימערן מיט אַ געפּילדער, ווי די הינער אין אַ הינער־שטײַג, און גענומען קוואָקען:
„לזוז חברה!‟ — ס’הייסט, לאָמיר זיך רירן און נעמען אין וועג אַרײַן. דליה, משהס ווײַב האָט נאָר געוואָלט וויסן, צי איר מאַן האָט זיך באַקענט מיט דער „אשה נחמדה‟, מיט דער וווילער פֿרוי. אינטערעסאַנט געווען צו באַמערקן, אַז די ייִדישע קיאָסקן, וווּ מען האָט פֿאַרקויפֿט בייגל מיט אַ שמיר, ישׂראלדיקע מאכלים, האָבן צוגעצויגן אַ סך מענטשן, די רייען זײַנען געווען פֿול. דאָ האָבן די ייִדן פֿאַרכאַפּט די טעריטאָריע. די כינעזער, יאַפּאַנעזער, אפֿילו די איטאַליענער מיט זייער פּיצאַ, זײַנען זייערע קיאָסקן געשטאַנען כּמעט ליידיק. פֿון דעם האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז אַהער קומען ס’רוב ייִדן, פֿרויען און מענער, אַ סך פֿון עלטערן דור אויף מאָטאָריזירטע שטולן, און וועגעלעך.
דער באַזאַר רופֿט זיך „פֿעסטיוואַל‟. דאָ, אין די קיאָסקן פֿאַרקויפֿט מען זייגערלעך, צירונג, קליידער, פּאַרוקן, ברילן, בײַטעלעך, מעבל און צווישן זיי אַ געשעפֿט פֿון יודאַיקאַ, וווּ מ’קען אײַנהאַנדלען פֿון תּליתים ביז מנורות, ביכעלעך פֿאַר קינדער אויף ענגליש, ייִדישע סטאַטועטקעס, ווו ייִדן מיט בערד און פּאות טאַנצן, אַרײַנגערעכנט טעלער מיט אויפֿשריפֿטן אויף עבֿרית.
מיט אַ פּאָר טריט ווײַטער פֿאַרקויפֿן זיך זויערע און האַלב־זויערע אוגערקעס, מיט קנאָבל און אָן קנאָבל, זויערע טאָמאַטן, און אַלץ אין ריזיקע פֿעסער. אַנטקעגן געפֿינט זיך אַ ייִדישע בעקערײַ. דאָ קען מען באַקומען אַ פֿריש געבאַקענע חלה, כּשרע טאָרטן און קיכלעך. ס’איז אַן אמתער באַזאַר.
צום סוף, האָב איך זיך אָנגעשטויסן אין אַ צירונג־געשעפֿט. איך האָב געזוכט אַ שיינע בראָשקע. אַלץ בלישטשעט דאָ, איך זע פּרײַזן אין די הונדערטער. פֿרעג איך די פֿאַרקויפֿערקע, צי זי האָט אַ פּשוטע בראָשקע, וואָס קאָסט נישט צו טײַער און וואָס בלישטשעט נישט אויפֿצורײַסן די אויגן בײַ יענעם.
ווי נאָר זי עפֿנט דאָס מויל, דערהער איך נאָך אַן ישׂראלי, זאָג איך איר:
„את ישׂראלית, נכון?‟ (ביסט אַ ישׂראלדיקע, אמת?)
צעשמייכלט זי זיך.
„איך יודעת?‟ (ווי האָסטו געוווּסט)?”
„לויט אײַער ענגליש!‟
דערציילט זי מיר, אַז זי האָרעוועט דאָ בײַטאָג און בײַנאַכט. אַ שווער לעבן, קרעכצט זי. די טוריסטן לאַשטשען זיך אויף גלאַנציקע ביזשוטעריע, די אַלטע ייִדענעס זײַנען שווערע ניס, זיי מוטשען און האַנדלען זיך שעהען לאַנג און צום סוף, ווערן זיי פֿאַרפֿאַלן צווישן עולם. אָבער אין ישׂראל איז הײַנט שווער צו מאַכן אַ לעבן. אַלץ איז געפֿערלעך טײַער — די הײַזער, די דירות, די קליידונג, דאָס עסן, מ’מאַכט דאָס לעבן שווער אויף יעדן שריט און טריט.
איך פֿיל מיט איר מיט, אַ שווער לעבן איז אין ישׂראל, אָבער דאָ, אַז מען וויל פֿאַרדינען, קומט אויך אָן מיט גרינע ווערעם. דערווײַל האָב איך געפֿונען אַ שפּילקע, זיך געזעגנט מיט אַ „להתראות‟, אויף ווידער זיך צו זען, און אַוועק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.