די „ישׂראליס‟

The Israelis


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published March 13, 2014, issue of March 28, 2014.

פֿלאָרידע איז פֿאַרפֿלייצט מיט „ישׂראליס‟, נישט מיט ישׂראלים, זיי רעדן עבֿרית צווישן זיך, האַנדלען און וואַנדלען, דער עיקר, טרעף איך זיי אין די קראָמען, צוגעדעקטע מאַרקן און אין די רעסטאָראַנען. שטיי איך אַזוי אין ריי אין אַזאַ פֿאַרמאַכטן באַזאַר, אַרום מיטאָגצײַט, ס’האָט זיך מיר פֿאַרוואָלט אַ קניש מיט קאַשע. אונטער מיר שטייט אַ קליין ווײַבעלע, אַ טשוטקעלע באַלײַבט; זי מוז זײַן אַ זיבעציקער, זשוואַווע און ספּריטנע. זי שרײַט צום מאַן, וועלכער זיצט בײַ אַ טישל מיט אַ חבֿרותא ווײַבער, יונגע און אַלטע, און וואַרט, דאָס ווײַב זאָל אים דערלאַנגען דאָס וואָס זיי האָבן באַשטעלט צווישן די ייִדישע מאכלים. איך הער אין איר ענגליש דעם ישׂראלדיקן אַקצענט, דריי איך זיך אויס צו איר און פֿרעג זי אויף עבֿרית:

„אתם ישׂראלים?‟

קוקט זי מיך אָן און מאַכט אויפֿן צעקאַליעטשעטן ענגליש: „מיר זײַנען ישׂראליס‟. זי וויל וויסן פֿון וואַנען איך קען רעדן עבֿרית, דערצייל איך איר, אַז מיר האָבן דאָרט געוווינט מיט אַ שפּאָר ביסל צײַט צוריק. זי שרײַט צום מאַן:

„משה! פּגשתי אשה נחמדה!‟ — כ’האָב באַגעגנט אַ וווילע פֿרוי. יענער נעמט זיך ווייניק וואָס איבער. זי זאָגט מיר, אַז איך קען זיך צוזעצן בײַ זייער טישל מיטן קאַשע־קניש, זיי האָבן פֿאַרכאַפּט גענוג זיץ־פּלעצער.

איך נעם שוין מײַן קאַשע־קניש און זעץ זיך צו צווישן די „ישׂראליס‟. זי פֿאַרזאָרגט איר מאַן, איר שוועגערין, שוועסטער און איר סימפּאַטישע טאָכטער מיט די ייִדישע מאכלים, און רוימט מיר אײַן אין אויער, אַז איר מאַן שטאַמט פֿון „יוראָפּ‟, אָבער זי איז אַ געבוירענע אין ישׂראל.

איך בייג זיך צו צו דער יונגער טאָכטער און פֿרעג:

„וווּ לערנסטו זיך?‟ — זאָגט זי מיר, אַז זי לערנט זיך נישט, זי גייט אין אַ פּריוואַטער שול, ווו מען לערנט ווי צו קאָכן; זי וויל זײַן אַ שעף אויף אַ „קרוז־לײַן‟ שיף.

„האָסטו נאָך אַנדערע אינטערעסן?‟ — וויל איך וויסן.