אַ טײל אַנטיקישע געאָגראַפֿן האָבן געהאַלטן, אַז אין צפֿון־אײראָפּע איז פֿאַראַן אַ גרױסער אינדזל, „סקאַנדצאַ‟. דער קלימאַט דאָרטן איז אַ קאַלטער, אָבער אַ געזונטער, און טאַקע דערפֿאַר װערן דאָרטן שטענדיק געבױרן אַ סך געזונטע קינדער, װאָס באַשאַפֿן יונגע פֿעלקער, װעלכע לאָזן זיך אַװעק אינעם רײַכן דרום זוכן נײַע גליקן.
דערמאָנט אין דעם מיטאָס װעגן דעם אינדזל סקאַנדצאַ האָב איך זיך, װען מיר איז אױסגעקומען סוף װינטער פֿאָרן מיט אַ גרופּע פֿרײַנד אױף אַ סוף־וואָך קײן בודאַפּעשט. איך בין ניט זיכער, אַז מען קען זאָגן, אַז דער פּאָליטישער קלימאַט איז ניט פֿון די בעסטע.
װי באַװוּסט, איז אונגאַרן אַמאָל געװען די ברױט-טאָרבע פֿאַר װין. און אונגאַרן, און צװישן זײ — די אונגאַרישע ייִדן, האָבן שטענדיק זיך אַוועקגעלאָזט אין אַנדערע לענדער; אױך קײן װין, װוּ די בלי-צײַט פֿון דער ייִדישער קהילה אַרום 1900 װאָלט ניט געװען מעגלעך אָן די דאָזיקע „אונגערישע‟. און אַװדאי — קײן אַמעריקע, װוּ די אונגאַרישע ייִדן, אַזױ זאָגט מען, האָבן געהאָלפֿן צו שאַפֿן האָליװוּד.
װעגן דער שטאָט בודאַפּעשט האַלט מען, אַז די שטאָט איז ביזן הײַנטיקן טאָג אַ מין אינדזל פֿון ייִדישקײט אין מיטן אײראָפּע; אַ װעלטגעגנט, װוּ פֿון די אַמאָליקע גרױסע ייִדישע קהילות איז כּמעט קײן זכר ניט געבליבן. צי איז אונגאַרן טאַקע אַנדערש? אַז מען קומט פֿון װין קײן בודאַפּעשט, זעט מען אַ סך פּאַראַלעלן. אין בײדע שטעט איז אויך דאָ אַ היסטאָרישער ייִדישער קװאַרטאַל; אָבער בשעת אין װין קען מען נאָר אױף היסטאָרישע פֿאָטאָגראַפֿיעס זען װי ס‘האָט אַמאָל אױסגעזען לעאָפּאָלדשטאַט, און זײַנע שילן, טעמפּלען און ייִדישע אינסטיטוציעס, איז אין בודאַפּעשט אַ גרױסער טײל פֿון דער ייִדישער אַרכיטעקטור, יאָ אָפּגעהיט געװאָרן.
עס מאַכן אַ געװאַלדיקן רושם די בנינים פֿון די שילן, סײַ די „נעאָלאָגן‟, סײַ די אָרטאָדאָקסישע, װאָס מען האָט ביסלעכווײַז אָנגעהױבן רעמאָנטירן. די דאָזיקע בנינים זענען אַ טײל פֿון די טוריסטישע אַטראַקציעס; אָבער דאָס הײסט ניט, אַז דאָס ייִדישע קהילה-לעבן איז טאַקע דאָ זײער שטאַרק און שפּרודלדיק. אין װין זעט מען הײַנט אַלץ מער קראָמען מיט כּשרע פּראָדוקטן און ייִדישע רעסטאָראַנען; אין בודאַפּעשט איז עס אַ סך װײניקער, כאָטש מען רעדט אָפֿיציעל װעגן אַ גרעסערער ייִדישער באַפֿעלקערונג, ווי אין ווין. אַ נײַע אַנטװיקלונג האָבן באַקומען די אַזוי גערופֿענע „ייִדישלעכע‟ רעסטאָראַנען, „כּשר-סטײַל‟; אַזעלכע קאַפֿעען װי „שפּינאָזאַ‟ אָדער „קאַזימיר‟, װוּ מען שפּילט קלעזמער־מוזיק. עס איז זיכער ניט קײן צופֿאַל, װאָס עס דערמאָנט קראָקע, װוּ די ייִדישע קולטור־ירושה איז געװאָרן אַן אָביעקט, װאָס ציט צו די טוריסטן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.