די קונסט פֿון שמועסן

The Art of Conversation


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published May 23, 2014, issue of June 20, 2014.

זיצנדיק בײַ אַ טישל אין אַ קאַפֿעטעריע נאָך אַ טאָג פֿון אײַנקויפֿערײַ דאָ אין פֿלאָרידע, קוק איך זיך אַרום און באַדויער די מענטשן. זיי זיצן בײַ טישלעך מיט אַ טעלערל און אַ געטראַנק, און קיינער רעדט נישט צו קיינעם, אָנגענומען אַ פֿול מויל מיט וואַסער, מ’עסט און מ’שווײַגט, ווי זיי וואָלטן פֿאַרגעסן די קונסט פֿון שמועסן. עס זעט אויס, אַז אין אַמעריקע האָבן די מענטשן אָנגעוווירן די צונג. אפֿשר צוליב די אַלע עלעקטראָנישע מאַשינקעלעך, וואָס פֿאַרבינדן זיי מיט דער דרויסנדיקער וועלט, בעת די אינערלעכע וועלט איז שטום.

זיץ איך אַזוי און באַווונדער דאָס שטילע שווײַגעניש און באַמערק, אַז אַנטקעגן מיר זיצט גאָר אַן אַלטער מאַן. ער עסט נישט און טרינקט נישט, זײַן שטעקן הענגט אויף אַ צווייטן שטול. ער האַלט זיך צו דעם קאָפּ ווי עס וואָלט זיך געהאַלטן אויף שרײַפֿעלעך. מיט אַ טרויעריק אַראָפּגעלאָזטן בליק, קוקט ער זיך אַרום אָבער זעט קיינעם נישט. איך באַטראַכט אים און זע אַן אומגליקלעך נפֿש. זאָל איך אַ שמועס טאָן מיט אים? ער קען חלילה מיינען אַז איך טשעפּע זיך. וואָס וואָלט איך געזאָגט? וואָס וואָלט איך געוואָלט וויסן וועגן אים?

ער קען אַמאָל זײַן אַן אַלטער עובֿר־בטלניק, איר ווייסט דאָך וואָס איך מיין. עפּעס אַן אָפּגעשטאַנענע בריאה, וואָס קען צומאָל נישט קיין איינס ציילן. איך קען זיך דאָ אַרײַנבאָדן און האָבן חרטה.

אָבער די נײַגעריקייט לאָזט נישט אָפּ. ווער ווייסט ווער ער איז? אינטערעסאַנט אויסצוגעפֿינען. נעם איך זיך אָן מיט אַ הויפֿן מוט און פֿרעג אים אויף ענגליש:

„איר רעדט ענגליש?‟

אָבער גלײַך כאַפּ איך זיך, ווער ווייסט, ער קען אַמאָל קומען פֿון די לאַטײַניש־ אַמעריקאַנער לענדער און רעדט בלויז שפּאַניש. ווי נאָר איך האָב זיך געווענדט צו אים, האָט ער אַרײַנגעשטעקט די הענט אין די טאַשן און גענומען עפּעס זוכן. איך וואַרט. ער שלעפּט אַרויס אַ קליין טאָרבעלע און הייבט אָן דאָרט עפּעס צו נישטערן. געפֿונען זײַן געהער־אַפּאַראַטל, שטעקט ער עס אַרײַן אין רעכטן אויער, און ווענדט זיך צו מיר:

„וואָס האָט איר מיך געפֿרעגט?‟ וויל ער וויסן.

טראַכט איך זיך, ער איז טויב, איז דער רוח אין עס־זאַל פֿאַר אים טויט. ווענד איך זיך צו אים אויפֿסנײַ:

„איר רעדט ענגליש?‟