די קונסט פֿון שמועסן

The Art of Conversation


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published May 23, 2014, issue of June 20, 2014.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

לאַכט ער: „ווי קען איך זײַן אַן אַראַבער, אַז מײַן מאַמע איז געווען אַ ייִדישע? מיט יאָרן צוריק, ווען קאַיִר איז געוואָרן אַ קרבן פֿון אַ ביטערער פּאָליטישער לאַגע, און עס האָט געדראָט די ייִדן אַ סכּנות־נפֿשות, זײַנען מיר אַנטלאָפֿן קיין ישׂראל. דאָרט האָבן געוווינט מײַנע צוויי מומעס, און נאָך אַ געוויסער צײַט האָבן זיי אונדז געהאָלפֿן פֿאָרן קיין אַמעריקע.‟

איך שטוין, ווער האָט געוווּסט, אַז אַנטקעגן מיר זיצט אַ מענטש, פֿול מיט איבערלעבונגען, איינער וואָס האָט געפֿירט אַן אינטערעסאַנט לעבן? בדרך־כּלל וואַרף איך אַ קריטיש אויג אויפֿן גאָר, גאָר עלטערן אַמעריקאַנער דור, ווײַל זעלטן ווען קען מען געפֿינען צווישן זיי אינטערעסאַנטע מענטשן. איך ווייס, אַז איך פֿאַראַלגעמיינער דעם ענין, זיכער איז פֿאַראַן צווישן דעם גאָר, גאָר עלטערן דור, מענטשן פֿון וויסן און אינטעליגענץ. די צרה איז, אַז מען קומט אין די יאָרן פֿון אריכת־ימים, פֿאַרלירט מען אַ סך מאָל דעם זכּרון, די באַוועגונג, דאָס געזונט און קיינער איז שוין נישט פֿאַראינטערעסירט מיט זיי צו כאַפּן אַ שמועס. און דאָ, אין מיטן אַ קאַפֿעטעריע מענטשן מיט פּוסטע פּנימער, אַזאַ אויסגעפֿינס.

ער זאָגט מיר, אַז זײַן פֿרוי איז שטאַרק קראַנק, קומט ער אַהער צוויי מאָל אַ וואָך און באַשטעלט אַ פּיצאַ. זײַן מאַמע איז געווען אַ העכסט אינטערעסאַנטע פֿרוי, זי האָט געשפּילט אויף דער פֿאָרטעפּיאַנע, געזונגען אין דער אָפּערע און געווען שטענדיק יונג. זײַנע צוויי אייניקלעך זענען געראָטן אין זייער באָבען, ספּעציעל איינע וואָס זינגט. זי איז אַ דיוואַ, זאָגט ער, אין דער אָפּערע אין ניו־יאָרק. ער צעגייט פֿאַר נחת:

„אַ פֿייגעלע זיצט בײַ איר אין האַלדז און זינגט. דאָס לעבן טאָר מען נישט פֿאַרפֿוטשען, פֿאַרנאַכלעסיקן, הייסט עס. מ’דאַרף זיך אָנהאַלטן אין דעם מיט אַלע כּוחות, ווײַל דאָס איז די שענסטע מתּנה, וואָס דער מענטש האָט באַקומען.‟

צום סוף וויל איך וויסן ווי אַזוי ער קומט אַהער, ער וווינט מסתּמא ווײַט. לאַכט ער: „איך טרײַב אַן אויטאָ. מײַן געהער טויג טאַקע נישט, נאָר מײַנע אויגן זײַנען הונדערט פּראָצענטיקע אויגן.‟

אַהער קיין פֿלאָרידע קומען אָן מענטשן פֿון גאַנצן לאַנד, ווי נאָר זיי פּענסיאָנירן קומען זיי אַהער באַזעצן זיך. די זון לאַסטשעט, דאָס וועטער איז לאַגאָדנע און ווי פֿלעגט מײַן מאַמע זאָגן: „דאָ לעבט מען לענגער.‟

אָבער ווי לאַנג איז דער שיעור? זיכער, אויב די מענטשן־מאַשין שלעפּט, איז מיטצודערלײַדן, אָבער אַז ס’הייבט אָן קאַליע צו ווערן, דער מאָטאָר כריפּעט און מ’דאַרף שוין פֿאַרריכטן, טויג עס אויף טויזנט כּפּרות, נישט געקוקט אויף דער הײַנטיקער מעדיצין, מיט די נײַע דערפֿינדונגען, און דאָ רעדט זיך נישט בלויז וועגן געהער־אַפּאַראַטלעך, נאָר פֿון אַ וועלט מיט מעדיצינישע וווּנדײַרים — האַרץ, גאַל, לונג און לעבער, פֿיס, הענט, מ’שפּילט זיך אפֿילו אַרום מיטן מוח.

שטעלט אײַך פֿאָר, כ’האָב ערשט געהערט די נײַעס, ווי מ’שפּריצט אַרײַן אין אַלטע מײַז יונגע כראָמאָזאָמטשיקעס, ווערן זיי צוריק יונג.

נו, כ’וועל שוין מוזן אַ קאַפּיטשקע צוּוואַרטן, ביז די מײַז וועלן אָנהייבן טאַנצן קאָמאַרסקע, און די זקנים וועלן צוריק ווערן יונג. די צרה איז, אַז איך ווייס נישט וועלכע עלטער וואָלט איך פֿאַר זיך אויסגעקליבן, מסתּמא די זעלבע עלטער אין וועלכער איך געפֿין זיך איצט, ווײַל מײַנס איז געווען אַ גאָר אינטערעסאַנט לעבן, און די הײַנטיקע וועלט האָט פֿאַרטאַכליעוועט די שיינע, עטישע, שעפֿערישע און ראָמאַנטישע תּקופֿה, און זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ נודנער, פּאַסקודנער וועלט פֿון טעכנאָלאָגיע, איז גיי פֿאַרליב זיך אין „פֿייסבוק‟ און „טוויטער‟. נישט איך.