(די 2 טע זײַט פֿון 3)
ער רוקט זיך צו נעענטער, בעת איך באַטראַכט ווי ער האַלט דאָס אומגעלומפּערטע געהער-טרײַבל, וואָס שטעקט אַרויס פֿון זײַן אויער.
„וואָס ווילט איר וויסן?‟ ווענדט ער זיך צו מיר.
„איך וויל וויסן צי איר רעדט ענגליש?‟
ענטפֿערט ער מיר: „ייִדיש? איך קען בלויז אַ קאַפּיטשקע ייִדיש. איך רעד צען שפּראַכן,‟ און ער ווײַזט מיר אַלע צען פֿינגער. „און וויפֿל שפּראַכן רעדט איר?‟
ווײַז איך אים פֿינף פֿינגער. דערשרעקט ער זיך: „אוי ניין, פֿינף פֿינגער איז בײַ אונדז אַ שלעכטער סימן און אַ קללה.‟
טראַכט איך זיך, אַז ער מוז זײַן אַן אַראַבער, וואָס האַלט פֿון איבערגלויבנס.
„זײַט איר, הייסט עס, אַן אַראַבער,‟ האָב איך געוואָלט וויסן.
ער האָט זיך צעשמייכלט: „איך בין געבוירן געוואָרן אין קאַיִר, מײַן מאַמע איז אויסגעוואַקסן אין רוסלאַנד, און בשעת אַ פּאָגראָם אויף ייִדן איז די גאַנצע משפּחה אַנטלאָפֿן פֿון רוסלאַנד און אָנגעקומען קיין לבֿנון. דאָרט האָט מען גערעדט טערקיש. פֿון דאָרט איז די משפּחה אַוועק קיין קאַיִר. דאָרט האָט מען שוין גערעדט אַראַביש, אָבער נישט סתּם אַזוי זיך אַ פּראָסט־גאַסן לשון, מיר האָבן גערעדט אַן עלעגאַנטן, ליטעראַרישן אַראַביש, ווי אַלע אינטעליגענטע מענטשן אין מצרים האָבן גערעדט מיט יאָרן צוריק.‟
איך האָב זיך געכאַפּט, אַז איך האָב דאָ צו טאָן מיט אַן אינטעליגענטן מענטשן, גאָר אַן עלטערן מאַן. ער זאָגט מיר, אַז ער איז קרובֿ אַ הונדערטער, אָבער זײַן אינערלעך וועזן איז יונג, ער זעט די וועלט פֿון אַ ייִנגערן פּערספּעקטיוו. ער איז פֿון פֿאַך אַן עלעקטרישער אינזשיניער, און ער האָט אַמאָל עפּעס פֿאַרריכט אין אבא איבנס הויז אין קאַיִר. זײַנע שענסטע יאָרן האָט ער פֿאַרבראַכט אין קאַיִר.
איך האָב אַ געפֿיל אַז איך האָב אים אויפֿגעוועקט פֿון אַ טיפֿן שלאָף. ער צעוואַרעמט זיך: „קאַיִר איז אַמאָל געווען אַ פּרעכטיק שיינע שטאָט, אַ לעבעדיקע שטאָט, פֿול מיט קאַפֿעען און טעאַטערס, אָפּערעס ווי פּאַריז, אַן אמתער גן־עדן. און אויסגעלאָזט האָט זיך אַזוי, אַז הײַנט איז קאַיִר אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון די ראַדיקאַלן. זיי האָבן רויִנירט אַ גאַנצע קולטור צוזאַמען מיט אַן אַלטער ציוויליזאַציע.‟
ער זאָגט מיר, אַז ער רעדט צען שפּראַכן, צווישן זיי פֿראַנצייזיש, איטאַליעניש, אַראַביש, טערקיש און העברעיִש.
שטעל איך אים אָפּ: „איר זײַט אַ ייִד? איך בין געווען אונטערן אײַנדרוק, אַז איך רעד מיט אַן אַראַבער.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.