ייִדיש אויף יענער וועלט

Yiddish and the Afterlife


פֿון לייזער בורקאָ

Published June 15, 2014, issue of July 04, 2014.

ווען סטודענטן קלײַבן אויס אַ שפּראַך זיך צו לערנען אין דער שול און אין אוניווערסיטעט, טראַכטן זיי, געוויינטלעך, מיט אַ קורצן שׂכל, ניט פּראַקטיש. זיי מיינען, אַז מיט שפּאַניש אָדער כינעזיש וועלן זיי אויספֿאָרן די וועלט, מאַכן גרויסע געשעפֿטן, ווערן מיליאָנערן. נאָר זיי פֿרעגן זיך ניט, וואָס וועט זײַן דערנאָך. דאָס הייסט, אַז זיי וועלן איבער 120 יאָר מאַכן דאָס לעצטע געשעפֿט און זיך אָפּטראָגן פֿון דער וועלט; וואָס וועט זיי טויגן זייער שפּאַניש אָדער כינעזיש — אָדער אַפֿילו זייער ענגליש? אויף תּישעה־נײַנציק כּפּרות.

יעדער ווייסט, אַז אויף יענער וועלט ברענגט דער עושר ניט זײַן פֿאַרמעגן, און דער אָרעמאַן — ניט זײַן דלות; דאָרט גייט אָן די איינציקע וואַלוטע פֿון מיצוות. פֿאַרשטייט זיך, אַז די מענטשהייט האָט פֿאַרשיידענע השׂגות וועגן דעם, ווי אַזוי יענע וועלט דאַרף אויסזען. לויטן איסלאַם, למשל, ווערן די רעכטגלייביקע מוסלמענער באַלוינט אין גן־עדן מיט 72 בתולות (אַוודאי, נאָר די מענער; פֿאַר אַ פֿרוי קלעקט בלויז איין מאַן — „און זי וועט זיך צופֿרידן שטעלן מיט אים‟). דיייִדן קריגן אָבער ניט קיין בתולות, זיי לערנען דאָרט תּורה טאָג און נאַכט, העכסטנס, קען דאָס ווײַב דינען ווי אַ פֿוסבענקעלע.

דער עיקר איז בײַ אַלעמען, אַז די נשמות פֿון די פֿאַרשטאָרבענע ווערן אויף יענער וועלט צעטיילט אויף באַזונדערע גרופּעס: די גוטע נשמות קומען אַרײַן אין גן־עדן, וווּ זיי לעבן אַ גוטן טאָג, און די זינדיקע גייען אַראָפּ אין גיהנום, וווּ מע פּרעגלט און בראָט זיי אייביק. אמת, עס זײַנען הײַנט פֿאַראַן אַ סך סקעפּטיקער, וואָס גלייבן בכלל ניט אין יענער וועלט און האַלטן, אַז מיטן טויט האָט די מעשׂה זיך פֿאַרענדיקט. אָבער אַזוי ווי זיי וועלן אַלע אָנקומען אין גיהנום, רעכנט מען זיך ניט צו פֿיל מיט זייער מיינונג.

ווען מע פֿרעגט אויס די גלייביקע פֿון אַלע עמונות, צי זיי וועלן אָנקומען אין גן־עדן אָדער אין גיהנום, זײַנען כּמעט אַלע זיכער בײַ זיך, אַז זיי וועלן ציילן צווישן די גליקלעכע. ס׳איז אַן אײַנרעדעניש אַזאַ: יעדער מיינט, אַז נישט ער, נאָר אַן אַנדערער וועט גיין אין גיהנום, ער — נאָר אין גן־עדן. אָבער ריין סטאַטיסטיש איז דאָס אוממעגלעך, ווײַל ס׳איז שווער זיך פֿאָרצושטעלן, ווי אַזוי וועלן די אַלע זינדיקע מענטשן זיך ארײַנשטופּן. די אמתע צדיקים זײַנען פֿאַראַן גאָר ווינציק, און ס׳איז אַ סבֿרא, אַז ס’רובֿ נשמות — אַפֿילו די וואָס זײַנען ניט גענוג זינדיק, כּדי צו גיין אין גיהנום — וועלן כאָטש צײַטווײַליק מוזן דאָרט זײַן, כּדי צו ווערן געפּײַניקט און אויסגעלײַטערט אין כּף־הקל; אָדער אפֿשר צוריקקומען אויף דער וועלט אין פֿאַרשיידענע גילגולים, ווי הינט, זשאַבעס, שפּינען וכדומה.