ווין, ווי בערלין, דינט אָפֿט ווי אַ פֿאַרבינדונג־שטאָט צווישן מיזרח־ און מערב־אייראָפּע; ס׳איז דאָך אַ קאַצנשפּרונג פֿון אונגערן, טשעכײַ, סלאָוואַקײַ און קראָאַטיע. דעריבער איז געקומען אויף אַ זינגערײַ אין דער דירה פֿונעם מוזיקער בענדזשי פֿאָקס־ראָזענס אַן אינטערעסאַנט געמיש פֿון זינגערס.
די בערלינער יאַנינאַ וווּרבס און די זינגערין מאַנועלאַ בעקער האָבן אָנטיילגענומען, ווי אויך די איבערזעצערין און זינגערין אַסיאַ פֿרומאַן פֿון כאַרקאָוו. ס׳איז אויך געקומען דער קעשענעווער אײַזיק לאָבעראַן, וועלכער האָט עמיגרירט קיין ווין אין 1991 און געשאַפֿן זײַן „אַנסאַמבל שלום־עליכם‟ אין 1993, צו שפּילן קלעזמער־מוזיק. לאָבעראַן איז נישט בלויז אַ מוזיקער, נאָר אויך אַ פֿאָרשער און האָט אַרויסגעגעבן עטלעכע זאַמלונגען — לעצטנס, דעם ייִדישן רעפּערטואַר פֿונעם ווינער חזן אַבֿרהם אַדלער (1916־2003).
בײַ דער געלעגנהייט האָט לאָבעראַן געשפּילט אַדלערס לידער אויפֿן אַקאָרדיאָן און דער זינגער יגאל אַלטשולער האָט זיי פֿאָרגעשטעלט. אין די דאָזיקע לידער פֿון חזן אַדלערן האָט מען דערפֿילט די אַמאָליקע סבֿיבֿה פֿון ווין — אַ לײַכטע טעמאַטיק וועגן נישט־געטרײַע פֿרויען און ליבעס, וואָס זענען גאָרנישט ווערט. אָבער וואָס האָט געמאַכט אַזאַ רושם, איז ווי אַלטשולער האָט זיי אויסגעטײַטש, פּונקט אין אַזאַ סטיל, ווי ס׳פּאַסט פֿאַר זיי — טעאַטראַל, קאָמיש־אָפּערעטיש — און דער עולם האָט זיך געלעקט די פֿינגער. אַלטשולער, אַ מינסקער געבוירענער, האָט געוווינט אין ישׂראל און ניו־יאָרק ביז ער האָט זיך באַזעצט אין ווין אין 1999. ר’איז אַן אויסגעשולטער חזן, אָבער ער קען אויך אַזוינע קאָמישע לידער מײַסטעריש זינגען.
די ווינער מאַמע און טאָכטער קלאַודיאַ און אסתּר ווראַטשקאָ, ביידע קלעזמאָרים, האָבן אויך געזונגען. דער פּאַסטעך האַנס ברויער האָט רירנדיק געזונגען איינס פֿון זײַנע אייגענע שאַפֿונגען; אַ ליד, אין וועלכן ער דערציילט וועגן זײַן מאַמעס אַרעסט אין ווין בײַ די נאַציס.
אין דער פֿרי, האָב איך באַשלאָסן אויסצופֿאָרשן אַ ביסל די משפּחה־געשיכטע, און כ׳בין מיט מײַן שוועסטערקינד אַרטור געפֿאָרן אין דער ווינער „קולטור־געמײַנדע‟, צו דער קהילה, צו זוכן דאָקומענטן מיט אַ שײַכות צו מײַן משפּחה. איך האָב זיך געגרייט אויף אַ ביוראָקראַטישן קאָשמאַר, כּדי צו געפֿינען מײַן מאַמעס מעטריקע, אָבער ווען מיר זענען אָנגעקומען, האָט די אַרכיוויסטקע שוין געהאַט געפֿונען די מעטריקע („געבורטשײַן”) און חתונה־צערטיפֿיקאַט פֿון מײַנע באָבע־זיידע, ליפֿשע און בנימין שעכטער.
דער זיידע בנימין שעכטער און באָבע ליפֿשע האָבן חתונה געהאַט אין 1919, און אין דער זעלבער דירה איז מײַן מאַמע געבוירן געוואָרן מיט אַ יאָר שפּעטער. דעם נאָמען פֿון דער הייבאַם איז אויך געווען פֿאַרשריבן. דערצו האָב איך אויסגעפֿונען וועגן אַנדערע קרובֿים, צווישן זיי — די מומע לאהצע, זיידע בנימינס שוועסטער, וועלכע מיר האָבן געקענט אין אַמעריקע. איר חתונה־צערטיפֿיקאַט האָב איך אויך געזען. איר מאַן האָט געהייסן נטע דינעס, און מײַן מאַמע האָט מיר דערציילט, אַז ער האָט מחבר געווען אַ העברעיִשע גראַמאַטיק, אָבער קיין סימן פֿון דער פּובליקאַציע, אויב מע האָט עס טאַקע געדרוקט, קען איך עד־היום נישט געפֿינען. ער איז געשטאָרבן אין אַ לאַגער, אָבער לאהצע האָט זיך געראַטעוועט.
דעם צווייטן טאָג זענען מיר זאַלבע דריט — איך, יאַנינאַ וווּרבס און מײַן שוועסטערקינד אַרטור — געפֿאָרן אויפֿן ווינער הייליקן אָרט. ווען מײַנע טאַטע־מאַמע האָבן באַזוכט ווין אין 1992 האָבן זיי אויסגעאַרבעט אַ פּלאַן און באַצאָלט צו שטעלן אַ מצבֿה אויף זייער יונג־פֿאַרשטאָרבענעם זונדל, בנימין, וועלכער איז אַוועק פֿון דער וועלט אין 1948. די אויפֿגעשטעלטע מצבֿה האָבן זיי קיין מאָל נישט געזען, וואָלט איך געווען דער ערשטער אין דער משפּחה צו זען מײַן ברודערס קבֿר. ווען מיר האָבן אים, סוף־כּל־סוף, געפֿונען — סאַראַ אומעטיק בילד! דער שטיין איז געווען פֿאַרוואַקסן מיט געוויקסן; מע האָט אַפֿילו קיין פּיצל פֿון דער מצבֿה נישט געקענט אַרויסזען. האָבן מיר עטלעכע מינוט באַדאַרפֿט אָפּצורייניקן זי פֿון בלעטער, ביז מע האָט עפּעס געקענט איבערלייענען.
ווי טראַגיש עס זעט אויס, אַז אַפֿילו אינעם ווינער בית־עולם, מיט אַן אַקטיווער, נישט־אָרעמער קהילה, האַלט מען נישט קיין אויג אויפֿן מצבֿ פֿון די קבֿרים (אַנדערע זענען געווען איבערגעקערט.) איך בין געווען צוגעוווינט אַזוינס צו זען אין די מיזרח־אייראָפּעיִשע בית־עלמינס, אָבער נישט אין מערבֿ־אייראָפּע. און ווי טרויעריק, וואָס ס’איז שוין קיינער נישט געבליבן, ווער ס’זאָל קומען אויף קבֿר־אָבֿות צו מײַן ברודער בנימין אין אַ פֿאַרלאָזטן ווינקל אינעם ווינער בית־עולם. נישט געהאַט קיין מזל, נעבעך.
צוריק צו די לעבעדיקע — צווישן די אמתע מבֿינים פֿון ייִדיש אין ווין איז טאָמאַס סאָקסבערגער; אַ ייִדישער שרײַבער און כּלל־טוער לטובֿת מאַמע־לשון אין דער שטאָט. מיט אים האָב איך געטרונקען אַ קאַווע און געהערט וועגן דעם מצבֿ פֿון ייִדיש־שטודיעס אין דער שטאָט. דער באַריכט איז נישט געווען קיין גוטער, כאָטש דער פּאָטענציאַל פֿאַר ייִדיש איז דאָ אַ גרויסער. די געשיכטע פֿון ייִדיש אין ווין ציט זיך שוין לאַנג, און אַוודאי, וואָלט געדאַרפֿט זײַן אַ קאַטעדרע אינעם ווינער אוניווערסיטעט. בײַ מײַן לעקציע וועגן ייִדישע פֿאָלקסלידער האָט דער פֿאָרזיצער פֿון ייִדישע שטודיעס אינעם ווינער אוניווערסיטעט, פּראָפֿ’ גערהאַרד לאַנגער, געזאָגט אין זײַנע אַרײַנפֿיר־ווערטער, אַז עס וואָלט טאַקע געדאַרפֿט זײַן אַ ייִדיש־פּראָפֿעסאָר און געבעטן הילף צו זאַמלען געלט.
ס’איז טשיקאַווע, וואָס אויף צוויי לעקציעס מײַנע האָט מען געפֿרעגט, צי מען קאָמפּאַנירט נאָך הײַנט ייִדישע לידער, און אין ביידע פֿאַלן — סײַ אין אַמסטערדאַם און סײַ אין ווין — זענען געזעסן צווישן דעם עולם קאָמפּאָזיטאָרן פֿון נײַע ייִדישע לידער, אויף וועלכע איך האָב געקענט אָנווײַזן און ענטפֿערן — „יאָ, דאָ אין זאַל קען מען זיי געפֿינען, און איר קענט זיך באַקענען מיט זיי‟. אין אַמסטערדאַם איז דאָס געווען שורה ליפּאָווסקי, וועלכע האָט ערשט אַרויסגעגעבן אַ קאָמפּאַקטל אַליין־געשאַפֿענע לידער, און אין ווין זענען געזעסן בענדזשי פֿאָקס־ראָזען און האַנס ברויער, אויך קאָמפּאָזיטאָרן פֿון נײַע ייִדישע לידער.
אין דער פֿרי נאָך דער לעקציע, האָב איך זיך געזעגנט מיט ווין, די שטאָט פֿון פֿרייד און טרויער, און געפֿאָרן ווײַטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.