ד״ר עליזאַ — יודזשין גוסטמאַנס אמתער נאָמען

Dr. Eliza: Eugene Goostman‘s Real Name

עליזאַ דוליטל (רעכטס), די העלדין פֿון בערנאַרד שאָוס פּיעסע, פֿאַרוואַנדלט אין אַ ווירטועלער דאָקטערשע דורך יוסף ווײַצענבאַום, און די פּנימער פֿון אירע צוויי גילגולים, אַליס און יודזשין גוסטמאַן (לינקס).
עליזאַ דוליטל (רעכטס), די העלדין פֿון בערנאַרד שאָוס פּיעסע, פֿאַרוואַנדלט אין אַ ווירטועלער דאָקטערשע דורך יוסף ווײַצענבאַום, און די פּנימער פֿון אירע צוויי גילגולים, אַליס און יודזשין גוסטמאַן (לינקס).

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published June 22, 2014, issue of July 18, 2014.

(די 4 טע זײַט פֿון 4)

ווײַזט אויס, אַז די שאַפֿער פֿון „יודזשין‟ האָבן בכלל נישט געשטעלט דעם ציל צו שאַפֿן אַ מאַשין־שׂכל. זיי האָבן בלויז געוואָלט אָפּנאַרן דעם זשורי. במשך פֿון אַ קורצן שמועס „שפּײַט‟ די פּראָגראַם אַרויס אַ געוויסע סעריע פֿון פֿראַזעס, וואָס קאָן אויסזען ווי ס׳וואָלט גערעדט אַ קינד. דערפֿאַר האָט דער טעסט געדויערט בלויז 5 מינוט; נאָך אַ קורצער ווײַל, הייבט „יודזשין‟ אָן קלינגען ווי אַ צעבראָכענע רעקאָרדירונג־פּלאַטע.

דער פֿאַרוואַלטער פֿונעם פּראָיעקט, פּראָפֿעסאָר קעווין וואַרוויק, האָט געמאָלדן, אויף אַ סענסאַציאָנעלן אופֿן, אַז זײַן גרופּע האָט געשאַפֿן אַ „סופּערקאָמפּיוטער־פּראָגראַם‟. למעשׂה, איז עס בלויז אַ קליין פּראָגראַמעלע; אַ ווערסיע פֿון „יודזשין‟ קאָן מען אינסטאַלירן אין אַ צעל־טעלעפֿאָן.

אַ צאָל אַנדערע שמועס־פּראָגראַמען — אויך גענוג קליינע, וואָס פֿאָדערן נישט קיין סופּערקאָמפּיוטערס — זעען אויס מער שׂכלדיק. אַ נישקשהדיקער מוסטער פֿון אַזאַ פּראָגראַם הייסט „אַליס‟. די דאָזיקע טשיקאַווע ווירטועלע פֿרוי פּרוּווט צו אַנאַליזירן כאָטש אַ ביסל דעם שמועס, הגם דאָ גייט זיכער אויך נישט קיין רייד וועגן אַן אמתן שׂכל.

„אַליס‟ און „יודזשין‟ זענען ביידע באַגרינדעט אויף דער זעלבער טעכנאָלאָגיע, אַ דיאַלעקט פֿון דער קאָמפּיוטער־שפּראַך XML, גאַנץ ענלעך צו דער אַלטער „עליזאַ‟. אָט דאָ קאָנען די לייענער זיך באַקענען מיטן 18־יאָריקן עלעקטראָנישן מיידל:

//alice.pandorabots.com

און דאָ, אויף דער זעלבער וועבזײַט, קאָנט איר אַרײַנקוקן אין די טעכנאָלאָגישע פּיטשעווקעס פֿון איר ייִנגערן „ברודער‟, וואָס זײַן ערשטע ווערסיע איז „געבוירן‟ געוואָרן, טאַקע מיט 13 יאָר צוריק, אין פּעטערבורג:

//www.alicebot.org/chatbots3/Eugene.pdf

אָט אײַך דרײַ בײַשפּילן. „פֿאַרוואָס באַווײַזן זיך פּלוצעם די פֿייגל?‟ ווען מע פֿרעגט „יודזשין‟ אַזאַ קשיא, קערעוועט ער אָפּ דעם דיאַלאָג אין אַ זײַט, כּדי צו פֿאַרמישן דעם מיטרעדער. להיפּוך, ענטפֿערט „אַליס‟: „כּדי צו קאָמוניקירן איינער מיטן צווייטן‟. פֿרעגט „יודזשין‟, צי ער פֿילט זיך געזונט — טוט ער אָפּ דעם זעלבן קונץ, און „אַליס‟ דערקלערט, אַז זײַענדיק אַ ראָבאָט, פֿילט זי נישט קיין מענטשלעכע עמאָציעס. פֿרעגט יודזשין וועגן דעם מאָרגנדיקן וועטער — חזרט זיך איבער די זעלבע מעשׂה. אין קאָנטראַסט, ענטפֿערט „אַליס‟, אַז בײַ איר, אינמיטן דעם קאָמפּיוטער, בלײַבט אַלעמאָל די נאָרמאַלע טעמפּעראַטור פֿון 70 גראַד.

„אַליס‟, אַ ווערק פֿונעם פּראָפֿעסאָר ריטשאַרד וואָלאַס, וועלכער האָט געשאַפֿן די דערמאָנטע טעכנאָלאָגיע, וואָס שטעקט אין אַ גאַנצער סעריע פּאָפּולערע שמועס־ראָבאָטן, אַרײַנגערעכנט „יודזשין‟, פּרוּווט קיינעם נישט אָפּצונאַרן. די שאַפֿער דערקלערן בפֿירוש, אַז דאָס איז אַ פֿאַרבעסערטער וואַריאַנט פֿון דער קלאַסישער 50־יאָריקער „עליזאַ‟; צוליב דעם טראָגן ביידע ווירטועלע פֿרויען ענלעכע נעמען.

די גרענעצן פֿון שׂכל, באַוווּסטזײַן און מענטשלעכקייט איז טאַקע אַן אינטערעסאַנטע און ברייטע טעמע. ס׳איז אָבער קלאָר, אַז די דאָזיקע טעמע האָט ווייניק צו טאָן מיט אָפּנאַרערײַ, אויסטערלישע פֿאַנטאַזיעס און ביזן הימל צעבלאָזענע צווייפֿלהאַפֿטיקע סענסאַציעס.