(די 3 טע זײַט פֿון 3)
דער דריטער, הרבֿ י. ל. הכּהן מימון (פֿישמאַן), איז געווען אַ רעליגיעזער ציוניסט. ער איז געבוירן געוואָרן אין 1875, אינעם בעסאַראַבער שטעטל מאַרקולעשט. געלערנט תּורה אין די באַוווּסטע ישיבֿות פֿון ליטע. געווען אַ תּלמיד פֿון ליטווישע גאונים און באַקומען פֿון זיי סמיכה אויף רבנות. ער איז געווען אַ ציוניסט נאָך פֿון זײַן יוגנט אָן. זיך אויסגעצייכנט אויך ווי אַ שרײַבער און רעדאַקטאָר.
אין 1911 איז הרבֿ מימון עולה געווען. אין דער ערשטער וועלט־מלחמה איז ער אַרעסטירט געוואָרן דורך די טערקן און אַרויסגעשיקט געוואָרן פֿונעם לאַנד קיין אַמעריקע. צוריקגעקערט האָט ער זיך באַלד נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה. פֿון דעם צווייטן קאָנגרעס אָן האָט ער זיך באַטייליקט אין אַלע ווײַטערדיקע ציוניסטישע קאָנגרעסן. הרבֿ מימון איז געווען דער איינציקער רבֿ, וועלכער האָט זיך אונטערגעשריבן אונטער דער „מגילת העצמאות‟ אין 1948. מיטן אויפֿשטעלן די ייִדישע מדינה איז ער געוואָרן דער קולטור־מיניסטער און מיניסטער פֿאַר קריגס־אינוואַלידן. אין ישׂראל זענען אַרויס אַ סך זײַנע ספֿרים און ביכער וועגן היסטאָרישע פֿאָרשונגען, פּערזענלעכקייטן, ציוניזם, ייִדישן פֿאָלקלאָר, וכדומה.
בן־גוריון האָט אין זײַן אַרטיקל „מײַן לערער און פֿרײַנד‟ געשריבן וועגן הרבֿ מימון אַזוי: „איך קען ניט צווישן די וועטעראַנען פֿון דער ציוניסטישער באַוועגונג אַ מענטש, וועלכער זאָל אויפֿוועקן אין מיר אַזוי פֿיל כּבֿוד און גלויבן מיט זײַן ציוניסטישער טרײַשאַפֿט און איבערגעגעבנקייט, ווי הרבֿ מימון…‟ די בני־עיר זײַנע פֿלעגן שרײַבן וועגן אים „דער גרויסער בעסאַראַבער רבֿ און גאָון‟ און נאָך: „הרבֿ מימון איז געווען און געבליבן פֿאָלקסטימלעך, בעסאַראַביש — אַ באַשיידענער, האַרציקער פֿאָלקסמענטש…‟
מע דערציילט, אַז ער איז ניט געווען מסכּים, אַז דער נאַציאָנאַלער הימען פֿון ישׂראל זאָל זײַן „התּיקווה‟. ווען ער איז געווען דער דעפּוטאַט פֿון דער ערשטער כּנסת, איז בײַם פֿאַרמאַכן די זיצונג, נאָך דעם ווי אַלע דעפּוטאַטן האָבן פֿאַרענדיקן דאָס זינגען „התּיקווה‟, פֿלעג ער אויפֿשטיין און זינגען אַ קאַפּיטל „תּהילים‟ — „שיר המעלות‟, און אַלע זענען געשטאַנען און האָבן געוואַרט, ווען הרבֿ מימון וועט פֿאַרענדיקן דאָס זינגען:
אַ געזאַנג פֿון די אַרויפֿגאַנגען.
אַז גאָט האָט אומגעקערט די אומקערונג פֿון ציון,
זײַנען מיר געווען ווי אין חלום.
דענסטמאָל איז פֿול געוואָרן אונדזער מויל מיט געלעכטער
און אונדזער צונג מיט געזאַנג…
געשטאָרבן איז הרבֿ מימון אין תּל־אָבֿיבֿ, אין 1962. לכּבֿוד זײַן נאָמען איז אָנגערופֿן אַ ייִשובֿ אין ישׂראל — „מימון‟.
דרײַ באַדײַטנדיקע ייִדן. זייערע וויגעלעך זענען געשטאַנען אין בעסאַראַביע. זייער אייביקע רו האָבן זיי געפֿונען אין מאָסקווע, ניו־יאָרק און תּל־אָבֿיבֿ…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.