(די 3 טע זײַט פֿון 3)
קיין פּראָבלעם וואָלט דאָס ניט געווען, ווען די קאָמענטאַטאָרן אויף דער טעלעוויזיע בעתן „וועלטבעכער‟, וואָלטן ניט אַלע געווען פֿון ענגלאַנד. אַ סך אַמעריקאַנער קענען פּשוט ניט פֿאַרשטיין, וועגן וואָס עס האַנדלט זיך, ווען מע רעדט פֿון „שטיצער‟ וואָס קוקן אויף זייער „קלוב‟, וואָס שפּילט אויף אַ „סמאָלע‟. און דאָס שטערט טאַקע די אַמעריקאַנער, וואָס זענען בדרך־כּלל גאַנץ שוואַך, ווען עס קומט צו שפּראַכן, צו באַנעמען אַ פֿרעמדע טערמינאָלאָגיע אויף דער טעלעוויזיע.
ניט געקוקט אויף די אַלע קולטורעלע און לינגוויסטישע שטערונגען און דעם פֿאַקט, וואָס ס׳רובֿ אַמעריקאַנער האַלטן, אַז פֿוסבאָל איז ניט באמת אַמעריקאַניש, איז דער הײַיאָריקער „וועלטבעכער‟ אַ היסטאָרישער שלאַגער אויף דער אַמעריקאַנער גאַס. אין יעדער שטאָט און שטעטל, זעט מען ווי הונדערטער און טויזנטער מענטשן זאַמלען זיך צונויף פֿאַר טעלעוויזאָרן אין די גרויסע סקווערן, כּדי צו קוקן די מאַטשן. מע גיט איבער, אַז בסך־הכּל 25 מיליאָן אַמעריקאַנער האָבן געזען דעם מאַטש קעגן פּאָרטוגאַל אויף דער טעלעוויזיע, מער ווי די צאָל מענטשן, וואָס האָבן געקוקט אויף די בייסבאָל־ און קוישבאָל־ טשעמפּיאָנאַטן. אין אויסלאַנד האָבן אַ פּאָר קאָמענטאַטאָרן אַפֿילו געזאָגט, אַז דער הײַיאָריקער „וועלטבעכער‟ רעפּרעזענטירט אַ סוף צו דער אַמעריקאַנער קולטורעלער אויסנעמיקייט, וואָס שייך ספּאָרט, און אַז דורך דעם פֿוסבאָל־טורניר ווערט אַמעריקע אַן „עכטער מיטגליד פֿון דער וועלט־קולטור‟.
אין דער זעלביקער צײַט, אָבער, וואָס די לאַנג־יאָריקע טראַדיציע פֿון ספּאָרט־איזאָלאַציע ענדיקט זיך בײַ אונדז אין לאַנד, צוליבן „וועלטבעכער־פֿיבער‟, הייבן, אַ פּנים, ס׳רובֿ אַמעריקאַנער אָן, אַ נײַע טראַדיציע פֿון פּאָליטישער איזאָלאַציע. כאָטש עס ווערט דער מלחמה־פֿיבער אַלץ מער פֿאַרשפּרייט איבער דער וועלט, הערן זיך די אַמעריקאַנער צו דעם קוים צו צוליב דעם פֿיבער פֿונעם „וועלטבעכער‟. ווייניקער אַמעריקאַנער באַמערקן, אַז אין איראַק און סיריע ווערן ריזיקע טיילן פֿון לאַנד פֿאַרכאַפּט דורך דער טעראָריסטישער גרופּע „איסיס‟, און אַז אויפֿן מערבֿ־ברעג פֿלאַקערט אַ פֿײַער, וואָס קאָן ברענגען צו אַ דריטער „אינטיפֿאַדע‟.
אין מיזרח־אוקראַיִנע דונערן האַרמאַטן, אָבער דאָ אין אַמעריקע ווערן די דאָזיקע מלחמה־קלאַנגען בלאָקירט פֿון די צופֿרידענע געשרײען פֿון די פֿוסבאָל־פֿאַנאַטיקער. עס זעט אויס, אַז אַזוי ווי די אַמעריקאַנער האָבן געביטן זייער לאַנג־יאָריקן צוגאַנג צו פֿוסבאָל, האָפֿן זיי, כאָטש אומבאַוווּסטזיניק, צו בײַטן זייער לאַנג־יאָריקן צוגאַנג צו פּאָליטיק; דאָס הייסט, זיך צוריקצוציִען פֿון דער ראָלע פֿון „וועלט־פּאָליציאַנט‟, ווײַל צוליבן „וועלטבעכער‟ האָט מען זיך אײַנגערעדט, אַז מע קען די וועלט איגנאָרירן, און אַמעריקע וועט ניט דאַרפֿן זיך אַרײַנמישן אין דעם. אָבער ווי אַלע פֿיבערן וועט דער פֿוסבאָל־פֿיבער זיך אין גיכן פֿאַרענדיקן, און מיט אים וועלן פֿאַרשווינדן די פּוסטע חלומות, ווײַל נאָכן וועלטבעכער־פֿיבער וועט בלויז בלײַבן דער מלחמה־פֿיבער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.