פֿאַר וואָס אַזוי ווייניק ייִדישע אַרטיקלען פֿון פֿרויען?

Why are So Few Yiddish Articles Written By Women?


פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published June 29, 2014, issue of July 18, 2014.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

רחמיאל פּעלץ, דער דירעקטאָר פֿון ייִדישע שטודיעס אין „דרעקסעל־אוניווערסיטעט‟, אין פֿילאַדעלפֿיע, האָט געזאָגט, אַז בכלל פֿעלט אינעם „פֿאָרווערטס‟ אַ פֿרויען־טעמאַטיק. „מיט יאָרן צוריק האָב איך 15 יאָר לאַנג אָנגעפֿירט מיט אַ ייִדיש־שמועס אין אַ קהילה־צענטער פֿאַר עלטערע לײַט, און אונדזער הויפּט־אַקטיוויטעט איז געווען — לייענען דעם ׳פֿאָרווערטס׳,‟ האָט ער געזאָגט. „דרײַ־פֿערטל פֿון די באַטייליקטע זענען געווען פֿרויען, און וואָס מיינסטו איז געווען דאָס וויכטיקסטע בײַ זיי? ׳נײַעס פֿאַר בני־בית׳! עס זענען זיי געפֿעלן געוואָרן די אַרטיקלען ווי מע קאָן פֿאַרבעסערן זיך אַליין, די פּערזענלעכע געזונט־ענינים, און פֿאַרשידענע ידיעות וועגן די הײַנטיקע מענטשלעכע באַדערפֿענישן.

„מיר האָבן הײַנט אַזוי ווייניק ייִדישע צײַטונגען, דאַרף מען זיך טאַקע ריכטן מיטן עולם,‟ האָט פּעלץ געזאָגט. „בדרך־כּלל, זענען די אַרטיקלען אינעם ׳פֿאָרווערטס׳ בלויז אויף טעמעס, וואָס די שרײַבער ווילן שרײַבן, און נישט וואָס די לייענער ווילן לייענען. די רעצענזיעס פֿון רוסישע ביכער און אַרטיקלען וועגן אינטעלעקטועלע ענינים זענען מיר פּערזענלעך אינטערעסאַנט, אַבער דעם ברייטן עולם — נישט. מע דאַרף אַ באַלאַנס: מער אַרטיקלען וועגן ווי אַזוי צו אָרגאַניזירן דאָס לעבן, וועגן משפּחה־באַציִונגען. אינעם Philadelphia Inquirer, למשל, שרײַבט מען ווייניק וועגן ביכער, און אַ סך מער וועגן דעם הײַנטצײַטיקן לעבן. און אויב עס זענען נישטאָ גענוג פֿרויען אין דער רעדאַקציע, וואָלט איך געפֿאָדערט בײַ די מענער צו שרײַבן אויף דער ׳פֿרויען־טעמאַטיק׳. איך וואָלט אַליין געוואָלט לייענען מער פּערזענלעכע אַרטיקלען אויף ייִדיש.‟

פּעלץ האָט דערמאָנט די רובריק The Sisterhood (אַ רובריק פֿון און וועגן פֿרויען) וואָס געפֿינט זיך אינעם Forward. „פֿאַר וואָס איז טאַקע נישטאָ אַזאַ רובריק אינעם ייִדישן ׳פֿאָרווערטס׳?‟ פֿרעגט ער.

„פֿרויען זענען זייער אַקטיוו אין דער וועלט פֿון ייִדישער ליטעראַטור, ווי איבערזעצער, פּראָפֿעסאָרן און ביבליאָטעקערינס, אָבער אָנצושרײַבן אַן אַרטיקל האָבן זיי אפֿשר נישט קיין קוראַזש,‟ האָט באַמערקט מרים־חיה סגל, אַ ביבליאָטעקערין און ייִדישע זינגערין. זי האָט דערציילט, אַז Moment Magazine האָט געוואָלט אַרײַנציִען מער פֿרויען־שרײַבער, אָבער ווען זיי האָבן געבעטן די פֿרויען צו שרײַבן אַרטיקלען, האָבן די פֿרויען געענטפֿערט, אַז זיי זענען נישט קיין מבֿינים. „מע לערנט מענער צו זײַן דרייסט, און פֿרויען — צו זײַן איידל,‟ האָט סגל באַמערקט.

סגל האָט אויך געזאָגט, אַז ס׳וואָלט אפֿשר געהאָלפֿן, ווען מע דרוקט מער אַרטיקלען וועגן פֿרויען. „איך וואָלט געוואָלט לייענען די זכרונות פֿון חיהלע פּאַלעווסקי אָדער אַנדערע פֿרויען, וואָס האָבן געהאַט אַן אינטערעסאַנטע לעבן־געשיכטע,‟ האָט זי געזאָגט. „די ׳פֿאָרווערטס׳־קאָרעספּאָנדענטן וואָלטן געקאָנט אינטערוויויִרן די פֿרויען און אָנשרײַבן אַ פּראָפֿיל וועגן יעדן פֿון זיי.‟

ס׳איז געווען אינטערעסאַנט צו הערן די פֿאַרשידענע מיינונגען וועגן דער פֿראַגע — סײַ וועגן די סיבות, פֿאַר וואָס פֿרויען שרײַבן נישט קיין אַרטיקלען, סײַ וועגן דעם, אַז עס זענען נישטאָ גענוג אַרטיקלען, וואָס אַפּעלירן צו פֿרויען. אַ טייל פֿון די פֿרויען, מיט וועמען איך האָב געשמועסט, האָבן אַפֿילו באַמערקט, אַז אפֿשר איז געקומען די צײַט אַליין אָנצושרײַבן אַן אַרטיקל אויף ייִדיש. ווי אַ ייִדיש־פּראָפֿעסאָרין האָט מיר געזאָגט: „אויב מע וואָלט מיך פֿאַרבעטן צו שרײַבן פֿאַרן ׳פֿאָרווערטס׳, וואָלט איך עס זיכער געטאָן…‟