אַקאַדעמיע — שמאַקאַדעמיע

Academia - Shmakademia


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published July 06, 2014, issue of August 01, 2014.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

יאָרן זײַנען פֿאַרבײַ און מײַנע ייִדיש־קלאַסן זײַנען געוואַקסן ווי אויף הייוון, האָט דער נײַער בעזעם מיך פֿאַרבעטן אויף אַ מיטיק אין אַ רעסטאָראַן.

דאָרט, צווישן אַ שעלמיש שמייכעלע און אַ קאָקעטיש דרײדל מיטן קאָפּ, האָט ער מיר צו וויסן געטאָן איך זאָל אָנשרײַבן אַ „סילאַבוס‟ פֿון מײַן אַרבעט, וואָס איך טו יעדן טאָג אין קלאַס, פֿאַרצײכענען יעדן מאַטעריאַל מיט וועלכן איך באַנוץ זיך, יעדעס ייִדיש טעקסט־בוך פֿון וועלכן מיר לערנען, ביז איך האָב זיך געכאַפּט אַז ער וויל פֿון מיר פּטור ווערן.

איך, נאַרישע מויד וואָס איך בין, האָב זיך אַוועקגעזעצט שרײַבן, ביז מײַנע גוטע פֿרײַנט האָבן מיר אויפֿגעשטאָפּט דעם קאָפּ. „די אַרבעט וואָס דו טוסט וועט דיך נעמען אַ קײַלעכדיק יאָר, און אַ חוץ דעם, האָט יעדער לערער זײַן אייגענע פּערזענלעכקייט, זײַן וויסן, זײַנע פֿעיִקייטן צו פֿירן אַ קלאַס. ס’איז אַרויסגעוואָרפֿענע טירחה.”

דערווײַל האָט זיך אונטערגערוקט מײַן עלטער, האָב איך זיך נישט אַנטקעגנגעשטעלט. איך האָב דעם חבֿרהמאַן געבעטן דורך די יאָרן איין זאַך: „מען דאַרף אָרגאַניזירן און צוגרייטן דעם מיעוט פֿון די גראַדויִר־סטודענטן וואָס זײַנען נאָך פֿאַרבליבן, און איך בין גרייט צו געבן זיי אַ סעמינאַר אין ייִדישער פּעדאַגאָגיק, דעמאָלט וועל איך אַרויסנעמען מײַן גאַנץ ייִדיש לערערישן קלאַפּערגעצײַג און מיט זיי קנעלן ייִדישע לערערײַ.‟

מײַן פֿאַרלאַנג איז געפֿאַלן אויף טויבע אויערן. איך בין געקומען צום אויספֿיר, אַז בײַ אים איז נישטאָ דער אינטערעס ממשיך צו זײַן ייִדיש ווי אַ שפּראַך און קולטור, ער איז פֿאַרנומען טאַנצנדיק אויף אַלע חתונות מיט איין „פּשעפּראַשאַם‟ און בויען זײַן קאַריערע אויף קאָנפֿערענצן וואָס האָבן אַזאַ שײַכות צו אונדזער ייִדישער שפּראַך און קולטור ווי א מילכיקער טשאָלנט.

דערווײַל האָב איך זיך צוריקגעצויגן פֿון דער לערערײַ. קאָלומביע־אוניווערסיטעט איז באמת אונדזער לעצטער ייִדיש־לאַנד מיט אַ הויפּט־שטאָט.

איך וויל דאָ נישט אַרײַנגיין אין די פּרטים פֿון ווער איז שולדיק אין אונדזער ייִדיש פֿאַרלוסט. איין זאַך קען איך אײַך יאָ פֿאַרזיכערן, אַז מיר אַליין זײַנען שולדיק צוליב דעם וואָס מיר האָבן נישט געבויט קיין איין ייִדישע טאָג־שול.

אַ כאָפּטע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס האָבן אין מײַן צײַט פֿאַרטראָטן די ייִדיש־לימודים, צווישן זיי דער אַרבעטער־רינג, דער שלום־עליכם אינסטיטוט און דער ציוניסטישער לערער־פֿאַרבאַנד. איך דערמאָן דאָ אפֿילו נישט די לינקע אָרדן־שולן.

זיי האָבן אַלע פֿאַרשטאַנען, אַז אויב די אַמעריקאַנער דערציונגס־סיסטעם וועט איבערנעמען די איבערזיכט איבער דער ייִדישער טאָג־שול, וועלן דאָך די שישקעס פֿון די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אָנווערן זייער מאַכט און זייערע פּאָסטנס, ווײַל ס’רובֿ פֿון זיי האָבן נישט פֿאַרמאָגט די געהעריקע אַקאַדעמישע דאָקומענטאַציע, שוין אָפּגערעדט פֿון ייִדישער העכערע בילדונג.

דאָ רעדט זיך פֿון אַ צײַט, גלײַך נאָכן חורבן, ווען די פֿרומע ייִדן האָבן געבויט ישיבֿות אויפֿצוהאַלטן ייִדישקייט. ווי אַזוי האָבן זיי דאָס באַוויזן? זיי האָבן דערלויבט אַמעריקאַנער לערער צו לערנען ענגליש און מאַטעמאַטיק, בעת מיר האָבן פֿאַרמאָגט אויסגעצייכנטע ייִדיש־לערער וואָס האָבן זיך ספּעציאַליזירט אין ייִדישער לערערײַ, ייִדישע ליטעראַטור, געשיכטע, פּסיכאָלאָגיע, העברעיִש און תּנ”ך.

איז אויב אין די ישיבֿות געפֿינען זיך מלמדים פֿון תּורה, גמרא און די הייליקע ספֿרים, האָבן זיי זיכער נישט געדאַרפֿט אָפּגעבן אַן עקזאַמען אויף זייערע געביטן.

און דאָס זעלבע וואָלט געשען מיט אונדזערע ייִדיש־לערער. אַנשטאָט דעם האָט מען זיך צעשפּליטערט אין פּאָליטישע אידעאָלאָגיעס, מיט קאַבינעטן, טעלעפֿאָנען און פּריוואַטע סעקרעטאַרקעס. און אַז מ’הייבט נישט אָן מיטן קינדערגאָרטן, מיט פֿאַרזײען ייִדיש־לשון צווישן קליינוואַרג, ווי קען מען דערוואַרטן ייִדישע קאַטעדרעס אין די אוניווערסיטעטן?

אַ חוץ דעם חורבן וועלכער האָט אויסגעמעקט דאָס ייִדישע לשון פֿון די קדושים, האָט מדינת־ישראל אונדז אָפּגעטאָן אויף טערקיש, און אָפּגעמעקט דאָס ייִדישע לשון צוליב אַ נאַרישן קאַפּריז, שוין אָפּגערעדט פֿון אַן עם־הארצישן צוגאַנג צו אַן אייגענער קולטור.

זײַנען מיר ברוך־השם אַ צעשפּאָלטן פֿאָלק וואָס האָט צוויי טויזנט יאָר געהויזט בײַ יענעם אין גלות, וואָלטסטו דאָך געמיינט משיחס צײַטן, אַן אייגענע מדינה, שטעלט מען זיך אויפֿן קאָפּ, ווי בן־גוריון האָט עס ליב געהאַט צו טאָן, און רוף מיך קנאַק־ניסל.

האָט גאָט געהאָלפֿן און אַרויסגעפֿירט די ייִדן פֿון גלות־אשכּנז און באַזעצט זיי אין גלות ־ אַמעריקע, וווּ זייער אורשפּרונג טאָפּיעט זיך אין אַלדאָס גוטס, איז צו וואָס ברעכן זיך דעם קאָפּ מיט אַ ייִדישער קולטור, וואָס ליגט זיי אין דער לינקער פּיאַטע?

הענגט אונדזער ייִדיש־ייִדישקייט אויף אַ שטריק און מען הוידעט זיך און מען סודעט זיך און מען רעדט פֿון פּאָליטיק. נו, גענוג אויף הײַנט!