(די 2 טע זײַט פֿון 5)
שפּעטער האָט זיך געשאַפֿן אַ געטאָ מיט אַ יודנראַט, ווי אויך אַ גרופּע יונגע לײַט, וועלכע האָט באַשלאָסן אָנצוקניפּן אַ פֿאַבינדונג מיט די פּאַרטיזאַנער פֿון נאַראָטשער וועלדער. דער פֿירער פֿון דער גרופּע איז געווען אַ 20־יאָריקער בחור, שיקע גערטמאַן, אַ תּלמיד פֿונעם הויפּט־קאָמאַנדיר פֿון די פּאַרטיזאַנער, פֿיאָדאָר מאַרקאָוו. חיהלע האָט זיך אויך אָנגעשלאָסן אין דער גרופּע.
די גרופּע איז געגאַנגען זוכן געווער. חיהלע און עטלעכע אַנדערע זענען אַוועק צו אַ דײַטשער אײנהייט, וואָס פֿאַרריכט טיילן פֿון עראָפּלאַנען, און זיך אָנגעגעבן ווי פֿרײַוויליקע אַרבעטער. פֿון דאָרט האָבן זיי אַרויסגעגנבֿעט עטלעכע רעוואָלווערן מיט קוילן, און אויך געקויפֿט עטלעכע רעוואָלווערן בײַ די אַרומיקע פּויערים. „דאָס געווער האָט מען געבראַכט צו אונדז אין הויז און באַהאַלטן אין קעלער,‟ האָט חיהלע געזאָגט. נאָך אַ שרעקלעכן אַקצידענט, וווּ אַ ייִדישער בחור האָט, בײַם רייניקן זײַן רעוואָלווער, על־פּי־טעות געשאָסן אַ צווייטן חבֿר, און ביידן האָט מען אַרעסטירט, געפּײַניקט און דערשאָסן, האָבן חיהלעס מאַמע און עלטסטע שוועסטער רחל באַהאַלטן דאָס געווער אין צוויי עמערס מיסט און אַרויסגעטראָגן דורך די געטאָ־דראָטן אין אַ חרובֿ־געוואָרענער געבײַדע אויסער דער געטאָ.
ווען ס׳איז געקומען דער באַפֿעל פֿון דער דײַטשער מאַכט צו ליקווידירן די סווענציאַנער געטאָ, האָט מען אַ טייל געשיקט אין דער ווילנער געטאָ און אַ טייל קיין קאָוונער געטאָ. „דער הויפּט פֿון ווילנער יודנראַט, יעקבֿ גענס, האָט אונדז פֿאַרזיכערט, אַז ער אַליין וועט מיטפֿאָרן מיט דער באַן, אָבער מענטשן האָבן שוין מער נישט געגלייבט,‟ האָט זי געזאָגט.
לכתּחילה האָט מען איר משפּחה געזאָלט פֿירן קיין ווילנע, אָבער אין דער לעצטער מינוט האָט עמעצער זיך אויסגעקויפֿט, און די פּאָרוסן האָט מען אַרײַנגעשטעלט אין דער קאָוונער רשימה.
דערווײַל איז חיהלע קראַנק געוואָרן אויף טיפֿוס, און האָט ממש געברענט. „איך האָב זיך ניט געקענט רירן פֿון אָרט, און כ׳האָב געבעטן בײַ דער מאַמען, זי זאָל מיך לאָזן ליגן. מײַן מאַמע האָט מיר אָבער געזאָגט, אַז אויב איך וועל ניט מיטגיין, לייגט זי זיך אַוועק צוזאַמען מיט מיר, און מיר וועלן ביידע זײַן די קרבנות. אַוודאי, האָב איך ניט געוואָלט, אַז מײַן מאַמע זאָל אומקומען צוליב מיר, האָב איך איר צוגעזאָגט, אַז די חבֿרים פֿון וואַלד וועלן מיך דערפֿירן צו דער באַן.‟
וכּך־הווה. שיקע גערטמאַן און אַ צווייטער חבֿר האָבן זי גענומען אונטער די אָרעמס און געטראָגן זי די צוועלף קילאָמעטער צו דער באַן־סטאַנציע. שיקע, וועלכער האָט אָנגעוווירן זײַנע עלטערן אין 1941, בעת אַ מאַסן־שחיטה פֿון ייִדן אין פּאָלוגאַן, האָט באַשלאָסן מיטצופֿאָרן מיט חיהלעס משפּחה, כּדי ער און זי זאָלן קענען אין קאָוונער געטאָ אָרגאַניזירן די יוגנט צו קעמפֿן אין וואַלד.
דערווײַל איז בײַ חיהלען געפֿאַלן די היץ, און זי האָט שוין געקאָנט אַרויפֿקריכן אַרויף די טרעפּלעך פֿון דער באַן. אָבער ווי באַלד די באַן האָט אָנגעהויבן זיך רירן, האָט שיקע פּלוצלינג איר געזאָגט: „חיהלע, שפּרינג אַראָפּ!‟ זי האָט אים געפֿאָלגט און געפֿרעגט: „וואָס איז געשען?‟ ער האָט איר געזאָגט, אַז ער האָט געהאַט אַ פֿאָרגעפֿיל ניט צו פֿאָרן מיט דער באַן, און ווי עס האָט זיך אַרויסגעוויזן, איז ער געווען גערעכט. בײַם אָנקומען אין ווילנער געטאָ, האָבן חיהלע און שיקע זיך דערוווּסט, אַז די באַן, מיט וועלכער די משפּחה איז געפֿאָרן קיין קאָוונע, האָט מען אָפּגעשטעלט אין פּאָנאַר און אַלעמען דערשאָסן. „איך בין געבליבן ווי פֿאַרשטיינערט, ניט געקענט אַרויסריידן אַ וואָרט, אַפֿילו קיין טרער ניט אַרויסלאָזן,‟ האָט חיהלע געזאָגט. נאָך דער טראַגעדיע איז שיקע געוואָרן חיהלעס נאָענטסטער חבֿר — צום טייל, ווײַל איצט זענען זיי ביידע פֿאַרבליבן קײַלעכיקע יתומים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.