(די 4 טע זײַט פֿון 5)
הגם די ייִדישע פּאַרטיזאַנער האָבן איצט מיטגעאַרבעט מיט די רוסישע, האָבן זיי קיין מאָל נישט געוווּסט, ווען דער אַנטיסעמיטיזם וועט אַרויסווײַזן זײַנע אַכזריותדיקע ציין. חיהלע האָט דערציילט פֿון אַ פֿאַל, ווען אַ ייִדישער חבֿר פֿונעם שטעטל סוויר, חיים מעלצער, האָט געפֿירט אַ גרופּע סאָוועטישע פּאַרטיזאַנער אויפֿצורײַסן אַ באַן.
זיי האָבן זיך אָפּגעשטעלט בײַ אַ פֿאַרבינדלער, אַ פּויער, און איינער פֿון דער גרופּע האָט געהייסן דעם פּויער צושטעלן וואָדקע.
„ניין, קינדער, קיין וואָדקע טאָרט איר ניט טרינקען,‟ האָט מעלצער געזאָגט. „אויפֿן וועג צוריק קענט איר טרינקען וויפֿל איר ווילט.‟
אַ רוסישער פּאַרטיזאַנער האָט פּלוצלינג געזאָגט מעלצערן: „קום אַרויס, כ׳וויל מיט דיר רעדן.‟ שטייענדיק אין דרויסן, האָט דער סאָוועטישער מיט כּעס געזאָגט: „דו וועסט מיר זאָגן, אַז איך טאָר נישט טרינקען קיין וואָדקע?‟ און האָט אין אים אַרײַנגעשאָסן אַלע קוילן פֿון זײַן אויטאָמאַט. „מ׳איז שוין אויף יענער אויפֿגאַבע נישט געגאַנגען,‟ האָט חיהלע געזיפֿצט.
אַ ביסל שפּעטער האָט חיהלע זיך באַקענט מיט שימקע פּאַלעווסקי, אַ בחור מיט עטלעכע יאָר עלטער פֿון איר, וועלכער האָט אָנגעפֿירט מיטן שאַפֿן עסנוואַרג. הגם ער האָט זיך גלײַך פֿאַראינטערעסירט מיט חיהלען, און אַפֿילו אַראַנזשירט, אַז זיי זאָלן תּמיד שטיין אויף דער נאַכטוואַך אין איינעם, איז איר האַרץ נאָך געווען צו פֿאַרווייטיקט צו טראַכטן וועגן ליבע.
„ס׳האָט גענומען אַ לאַנגע צײַט ביז איך האָב געקענט אַרויסווײַזן געפֿילן צו מענער,‟ האָט זי דערקלערט. „שפּעטער, נאָך דער באַפֿרײַונג, האָט זיך ערשט אַנטוויקלט אַ ליבע צווישן אונדז.‟
ווען די באַפֿרײַונג איז געקומען, איז חיהלען לכתּחילה שווער געווען זיך צו פֿרייען. פֿון דעסטוועגן, איז זי געגאַנגען מיט שימקען צו פֿוס קיין ווילנע, און מיט דער צײַט איז איר גרינגער געוואָרן אויפֿן האַרצן; זי האָט אָנגעהויבן אים זען מיט פֿרישע אויגן. „די צײַט היילט,‟ האָט זי געזאָגט.
זיי האָבן חתונה געהאַט אין ווילנע דורך אַ ריכטער, און אין „דיפּי‟־לאַגער אָנגעהויבן קלערן וועגן פֿאָרן קיין אַמעריקע. נאָך דעם ווי מע האָט איר געזאָגט, אַז „אין אַמעריקע גייט מען גלײַך אַרבעטן אין שאַפּ,‟ האָט זי גענומען אַ קורס אין שנײַדערײַ. „אין דער אמתן אָבער, האָב איך גיכער געוואָלט שטודירן פּסיכאָלאָגיע, ווײַל ווען מענטשן האָבן מיר דערציילט וועגן די ווייטיקן וואָס זיי טראָגן אין האַרצן, האָב איך זיי שטאַרק געוואָלט העלפֿן.‟
פּונקט פֿאַר דעם, וואָס זיי האָבן שוין געזאָלט אַרויספֿאָרן מיט דער שיף קיין אַמעריקע, האָט חיהלע באַקומען אַן אומגלייבלעכע בשׂורה: איר שוועסטער בראָניע און ברודער איציק האָבן איבערגעלעבט די מלחמה, און געפֿינען זיך אין אָשוועגע. „אפֿשר זאָלסטו זיי גיין זען?‟ האָט שימקע געזאָגט. „ווער ווייסט, ווען איר וועט זיך ווידער קענען טרעפֿן?‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.