ניסים פֿון אַ פּאַרטיזאַנערקע

Miracles of a Jewish Partisan Girl

חיהלע פּאַלעווסקי
חיהלע פּאַלעווסקי

פֿון שׂרה־רחל שעכטער

Published July 10, 2014, issue of August 01, 2014.

(די 5 טע זײַט פֿון 5)

חיהלע האָט גענומען די באַן קיין אָשוועגע, האָבנדיק איר שוועסטערס אַדרעס. ווען בראָניע האָט געעפֿנט די טיר, איז חיהלע געבליבן שטיין אויף אַן אָרט. „זי האָט געטראָגן די זעלבע בלוזקע און רעקל, ווי אין יענעם טאָג, ווען מיר האָבן פֿאַרלאָזט סווענטשאַן,‟ האָט חיהלע דערציילט. „אויפֿן בעט איז געלעגן דער צודעק פֿון אונדזער שטוב. זי האָט מיך נישט דערקענט, ווײַל דאָס לעצטע מאָל וואָס זי האָט מיך געזען בין איך געווען אָנגעטאָן אינעם שול־אוניפֿאָרם פֿון אַ יונג מיידל, און איצט האָב איך, ווי אַ געהײַרעטע, געטראָגן אַ קלייד און שיך מיט הויכע קנאַפֿל.‟

„וועמען זוכט איר?‟ האָט בראָניע געפֿרעגט. בײַ חיהלען איז ווי אַ ביין געבליבן שטעקן אין האַלדז. זי האָט אָנגעקוקט די שוועסטער און ס׳האָבן אָנגעהויבן בײַ איר גיסן טרערן.

„וואָס וויינסטו? כ׳האָב אויך פֿאַרלוירן מײַנע עלטערן און מײַנע שוועסטער,‟ האָט בראָניע געזאָגט.

חיהלע האָט זי געוואָלט אַרומנעמען, זענען אירע פֿיס אָבער געווען שטײַף.

„זעצט זיך, אפֿשר ווילט איר אַ ביסל וואַסער?‟ האָט בראָניע געפֿרעגט.

מיט אַ מאָל קוקט זי חיהלען אַרײַן אין די אויגן. „אוי! ס׳קען ניט זײַן! חיהלע?‟

חיהלע האָט געמאַכט מיטן קאָפּ אויף יאָ. זיי האָבן אַרומגעכאַפּט איינע די אַנדערע און זיך לאַנג נישט געקענט אָפּרײַסן.

***

נאָכוואָרט: חיהלע פּאַלעווסקי איז שפּעטער געוואָרן אַ קולטור־טוער אין אַמעריקע. זי האָט מיטגעאַרבעט מיט חנה מלאָטעק אין ייִוואָ, בײַם צונויפֿשטעלן אַן אַלבום פֿון דאָקומענטן וועגן דער שארית־הפּליטה, אַרײַנגערעכנט בריוו און אַרטיקלען פֿון פֿאַרשידענע לענדער. צוזאַמען מיט איר מאַן, שמעון פּאַלעווסקי, האָט זי געגרינדעט דעם „קאַצעטלער־פֿאַרבאַנד‟; געהאָלפֿן שאַפֿן דעם ייִדיש־רעדנדיקן „אַרטור זיגלבוים ברענטש‟ פֿון אַרבעטער־רינג; געווען אויף דער פֿאַרוואַלטונג פֿונעם בונדיסטישן זומער־לאַגער „קעמפּ המשך‟, און פֿאָרזיצער פֿון „נוסח־ווילנע‟. יעדעס יאָר, דעם 19ט אַפּריל, איז חיהלע פֿאַרבעטן געוואָרן ווי אַ גאָסט־רעדנער בײַם „אַרבעטער־רינג‟ צו דערציילן וועגן גבֿורה און אומקום. חיהלע האָט אויך דערצויגן צוויי ייִדיש־רעדנדיקע זין, עליע און משה, מיט וועמען זי איז זייער שטאָלץ.