ווער זענען מיר, און וווּהין גייען מיר?

Who Are We, and Where Are We Headed?


פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published July 18, 2014, issue of August 15, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

דעם אמת געזאָגט, האָב איך נאָך נישט אָנגערירט די זוים פֿון אונדזער צעשפּאָלטנקייט. ווען ס’איז געקומען צו פּאָליטיק, איז געווען קריאת־ים־סוף, גאָט היט אונדז פֿון די קליקעס.

די בונדיסטן מיט די אינטערנאַציאָנאַליסטן, די ציוניסטן מיט די אחד־העמניקעס, און לאָמיר נישט אַדורכלאָזן די ציוניסטישע סאָציאַליסטן, מיט די רעוויזיאָניסטן, די צעשפּאָלטענע קאָמוניסטן מיט די מאַרקסיסטן, באָלשעוויקעס מיט די מענשעוויקעס, לעניניזם מיטן סטאַליניזם, און פֿאַרגעסט נישט, חלילה, אין די טראָצקיסטן, נאַציאָנאַליסטן און פֿאָלקיסטן, מיטן ייִדישיזם, מיט די אַנאַרכיסטן, די טעריטאָריאַליסטן מיט די פֿאָלקיסטן, סאָציאַל דעמאָקראַטן, און… לאָמיך אָפּכאַפּן דעם אָטעם.

ווי איר זעט, בין איך נאָך נישט דערגאַנגען צום פֿרומען פֿליגל, אוי, זײַנען זיי צעשפּאָלטן…

פֿאַרשטייט זיך, אַז בײַ היטלערן און בײַ סטאַלינען האָט אונדזער צעשפּליטערטקייט נישט געשפּילט קיין גרויסע ראָלע. ווי זאָגט מען בײַ ייִדן, אַלע יוונים האָבן איין פּנים. נעמלעך, אַז אַלע ייִדן בײַ אונדזערע מערדער, האָבן איין פּנים.

לאָמיך צוקומען צום הײַנט, און אויב איר מיינט, אַז מיר ייִדן, האָבן עפּעס אָפּגעלערנט פֿון אונדזער געשיכטע, אַ נעכטיקע וועטשערע. און אַז זינט דעמאָלט האָט מען זיך פֿאַראייניקט און געוואָרן אַ פֿאָלק פֿון „הנה מטובֿ ומה נעים שבת אחים גם יחד,‟ “און מיר זײַנען אַלע ברידער‟, אַן אויסגעבלאָזן איי!

הײַנט באַגעגנט מען מ’שטיינס געזאָגט ייִדישע פּראָפֿעסאָרן אין די אוניווערסיטעטן, ממש שׂונא־ישׂראל, זעלבסט־האַסנדיקע ייִדן, זיי מעגן טאַקע זײַן פּראָפֿעסאָרן, אָבער ווען עס קומט צו זייער פֿאָלק, זייער אייגענער אומה, זייערע ייִדישע וואָרצלען, זײַנען זיי נישט מער ווי אַנאַלפֿאַבעטן, נישט אַנטוויקלט זייער אָנגעהעריקייט צום פֿאָלק ישׂראל.

צו וואָס פֿירט מיך דער שמועס? צו אַ חבֿרהמאַן, דאָ אין אַמעריקע, וואָס רופֿט זיך יוסיף אַל חטיבֿ, מיינט איר דאָך, אַז ער איז אַן אַראַבישער טעראָריסט, אַ נעכטיקער טאָג, זײַן אמתער נאָמען איז יוסף כּהן, אויסגעוואַקסן איז ער אַ ייִד בײַ ייִדישע עלטערן. די טעג האָט מען אים אַרעסטירט פֿאַר די אַגיטאַציע אויף דער אינטערנעץ צו מאָביליזירן חבֿרה נאָכשלעפּער, וואָס ווילן זיך באַטייליקן אין טעראָר־אַקציעס דאָ אין לאַנד.

וואָס טוט מען מיט אַזאַ בזיון? וואָס האָט אים דערפֿירט צו אַזאַ גײַסטיקער פֿאַרפֿוילטקייט? אפֿשר די היים? אפֿשר די סבֿיבֿה? און אפֿשר גאָר באַרימערישקייט, איך הייב נישט אָן צו וויסן. מיר לעבן אין אַ סבֿיבֿה, וווּ אַלץ איז מעגלעך, אַ סך עלטערן האָבן אָנגעוווירן די שליטה איבער זייערע קינדער. אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַמאָליקע צײַטן האָבן חבֿרה יונגוואַרג באַשולדיקט די אָרעמקייט, אין וועלכער זיי האָבן געלעבט. הײַנטיקע צײַטן באָדט זיך די יוגנט אין אַלדאָס גוטס, טויג עס אויך אויף טויזנט כּפּרות.