(די 3 טע זײַט פֿון 4)
אויך דער „פּיו־באַריכט‟ פֿון 2013, וואָס האָט אַרויסגעבראַכט אַ סטאַטיסטיק וועגן דעם הויכן פּראָצענט פֿון אַסימילאַציע, האָט דערשראָקן די קהילה און געעפֿנט די טויערן פֿאַר נײַע שמועסן וועגן דער ייִדישער קינדער־דערציִונג. עס איז קלאָר, אַז אַ גרויסע צאָל ייִדיש יונגוואַרג האַלט נישט, אַז ייִדישקייט איז שייך זייער לעבן, און מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע ייִדישע אינסטיטוציעס זײַנען זיך מודה, אַז שולדיק דערין איז אונדזער דערציִונג־שיטה.
ווי אַזוי זשע איז דאָס שײך דעם הײַנטיקן מצבֿ אין מדינת־ישׂראל? קודם־כּל, זײַנען די וואָרצלען די זעלבע. די ישׂראלדיקע פּאָליטיק איז אויסגעוואָקסן פֿון עטלעכע פּאָליטישע און אידעאָלאָגישע שורשים, וואָס זײַנען די זעלביקע שורשים, פֿון וועלכע ס’איז אַרויס די אַמעריקאַנער ייִדישע קינדער־דערציִונג־שיטה. צוליב אָט די אידעאָלאָגישע שורשים שטעלט מען אַזאַ טראָפּ אויף רעליגיע, ציוניזם, און דעם חורבן אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער קינדער־דערציִונג, בשעת מע מײַדט אויס צו לערנען וועגן מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קולטור און געשיכטע. פֿאַרשטייט זיך, אַז די שורשים זײַנען קאָמפּליצירטע און פֿאַרשיידענע, אָבער איך קען דאָ דערמאָנען אַ קליינע רשימה:
— דער געדאַנק, אַז ייִדן און ייִדישע קהילות אין דעם אייראָפּעיִשן גלות זײַנען געווען שוואַך און דערפֿאַר טראָגן זיי אין אַ געוויסער מאָס דאָס אַחריות פֿאַר זייער פֿריצײַטיקן אומקום;
— אַז ייִדיש און די מיזרח־אייראָפּעיִשע געשיכטע בכלל זײַנען אַ מעטאָנימיע פֿון אָט דער שוואַכקייט, און דאַרפֿן צוליב דעם פֿאַרגעסן ווערן און אַפֿילו אָפּגעווישט ווערן;
— אַז דאָס זיכערסטע מיטל קעגן אַ צוקונפֿטיקער לעבנס־געפֿאַר איז מיליטערישער כּוח;
— אַז אַנשטאָט צו זײַן אַ שטעטל־ייִדן דאַרפֿן מיר ווערן תּנ”ך־ייִדן;
— אַז כּדי זיך אויסצולערנען זײַן תּנ”ך־ייִדן (און דאָס איז שוין אַ סודותדיקע מעשׂה, וואָס מע טאָר נישט אויסזאָגן אַפֿילו זיך אַליין), דאַרף מען זיך לערנען בײַ די אַראַבער און בײַ די מיזרח־ייִדן;
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.