בריװ פֿון שלום־עליכם

Letters by Sholem Aleichem

ברוך־חײם (בערנאַרד) קאַסעל, 1904
ברוך־חײם (בערנאַרד) קאַסעל, 1904

Published August 15, 2014, issue of September 12, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 4)


25.07.1907

ליבער פֿרײַנד קאַסעל!

קודם־כּל זײַט מיר מוחל, װאָס איך שרײַב אײַך גװענדיק (בוכשטעבלעך). פֿאַרגעסט ניט, אַז איך לעב אין דער שװײץ, אין די בערג און װער זיצט דאָ אין דער הײם? אַ קראַנקער אָדער אַ שוטה.

איך האָף, אַז איר האָט באַקומען מײַן בריװ און הער ריטשאַרד איז צוגעטראָטן צו דער איבערזעצונג פֿון מײַן “רעפּובליק”.

אַ שאָד, װאָס עס ציט זיך אַזױ לאַנג דער אױסטױש פֿון געדאַנקען צװישן דער שװײץ און אַמעריקע. װען איך זאָל װיסן, אַז איר האָט זיך שױן גענומען צו דער אַרבעט, װאָלט איך אײַך אַרױסגעשיקט אַלע 10 בילדער פֿון דער “רעפּובליק” פֿאַרן הער ריטשאַרד. אַ שאָד, איך האָב נאָר אײן עקזעמפּלאַר פֿונעם כּתבֿ־יד. װען איר װעט באַקומען דעם דאָזיקן בריװ, װעט אין “טאָגבלאַט” שױן זײַן, װי איך האָף, אָפּגע­דרוקט די ערשטע טײל. און כּל־זמן ה’ ריטשאַרד זעצט איבער די ערשטע העלפֿט, װעט װערן פֿאַרטיק די צװײטע. װען איך באַקום אָבער פֿון אײַך אַ מער טרײסטנדיקן און פּאָזיטיװן בריװ, װאָלט איך, פֿאַרשטײט זיך, באַלד אַרױסגעשיקט אײַך דעם גאַנצן כּתבֿ־יד.

כ’קען אײַך נאָר זאָגן, ליבער פֿרײַנד, אַז אין דער צײַט, װאָס איך האָב געשריבן דעם קאָנספּעקט פֿאַר דער ענגלישער אױסגאַבע, איז די אַרבעט געװען נאָך אַ סקיצע, ד”ה אין מוח. איצט, װען איך האָב זי פֿאַרענדיקט, זעט זי אױס אַ סך מער געלונגענער װי איך האָב דערװאַרט פֿונעם מחבר… עס איז אַרױסגעקומען אַ גוטמוטיקע סאַטירע ניט נאָר אױף אונדזער נאַציאָנאַלער צעשפּליטערטקײט און צעשײדונג, נאָר אױכעט אױף די אַלװעלטלעכע נאַרישקײטן, װאָס מענטשן האָבן אָנגערופֿן פּאָליטיק, קלאַסנ­קאַמף, מלוכה און מיט אַנדערע ענלעכע שײנע נעמען.

אַזױ אַרום, מײן איך, אַז פֿאַר אַ דעביוט אין דער ענגלישער זשורנאַליסטיק װאָלט געװען בעסער געבן אַ מער פּאַסיקע זאַך. אָבער װען מען פֿרעגט מיך, װאָס איז מײַן מײנונג װעגן דער קינסטלערישער זײַט פֿונעם װערק, װאָלט איך, פֿאַרשטײט זיך, רעקאָמענדירט די הומאָריסטישע אױטאָביאָגראַפֿיע פֿון מײַן ייִנ­געלע, דעם חזנס זון, װעמען איך האָב אָפּגע­געבן אַ טײל פֿון מײַן איך.

שטעלט זיך פֿאָר: מײַן קלײנינקער רײַזנדער איז שױן אױפֿן װעג קײן אַמעריקע (מאַרשרוט: בראָד—לעמבערג—קראָקע—װין—לאָנדאָן—סאָוט­גע­מטאָן—ניו־יאָרק). גאָט מײַנער, װיפֿל אײַנ­דרוקן! און זײַן לעבן אין אַמעריקע! און אַלץ אין אַ פֿרײלעכן טאָן, אָן קײן אײן טרער.

אַך, װי אַזױ קען ער װײנען, מע קען אים פּשוט מקנא זײַן. איך אָבער טױג ניט פֿאַר אַ װײנער. איך לאַך, דער לײענער לאַכט. און אױב דער לײענער װעט אַמאָל לאָזן אַ טרער, איז דאָס ניט מײַן שולד. שולדיק איז די קלאָגעדיקע װירקלעכקײט, װעלכע עס דאַרף באַזינגען דער הײַנטיקער ייִדישער גאָגאָל, אָדער װי זײ רופֿן מיך — מאַרק טװען.

פֿאַרװאָס עפּעס האָב איך ניט באַקומען דעם מאַנדאַט פֿון די אַמעריקאַנער ציוניסטן? איך קלײַב זיך דאָך קײן האַג.

פֿאַר דעם װעל איך זײַן אױף עטלעכע באַדאַך (בעדער).

אין אַ װאָך אַרום פֿאָרט קײן ניו־יאָרק מײַן בערקאָװיטש. ער פֿאָרט מיט דער שיף “סענט־לויִס”. און דאַרף קומען אינעם ערשטן שבת פֿון אױגוסט.

מען דאַרף אַװעקװאַרפֿן ענגליש און נעמען זיך צו פֿראַנצױזיש.

מײַן װײַב שיקט אײַך אַ גרוס.