בריװ פֿון שלום־עליכם

Letters by Sholem Aleichem

ברוך־חײם (בערנאַרד) קאַסעל, 1904
ברוך־חײם (בערנאַרד) קאַסעל, 1904

Published August 15, 2014, issue of September 12, 2014.

(די 3 טע זײַט פֿון 4)

אײַער שלום־עליכם


14.06.1908

ליבער פֿרײַנד קאַסעל,

אַ דאַנק פֿאַרן בריװ. ניט אָפּלײגנדיק מײַן ענטפֿער, אײַל איך זיך פֿאַרענטפֿערן, אַז איך האָב פֿאַרראָכטן דעם „מבול‟ פֿאַר דער ענגלישער אױסגאַבע. ניט זײער אַ סך, פּונקט אַזױ, װי מיר האָבן געהאַט בדעה. איך קען אײַך שיקן אױך אַנדערע פֿאָרשלאָגן מכּוח דער „רעפּובליק‟. איך װאַרט אױף אײַער ענטפֿער. טוט אַזױ װי איך: לײגט ניט אָפּ אײַער ענטפֿער אױף מײַן בריװ, ענטפֿערט באַלד, װי נאָר איר װעט דעם בריװ באַקומען.

װי נאָר הער ריטשאַרד, אונדזער אַלגעמײנער פֿרײַנד, װעט זיך נעמען צו דער אַרבעט און איר װעט האָבן אַ גינסטיקן ענטפֿער, װעל איך באַלד אַרױסשיקן אַלע 10 קאַפּיטלען פֿון דער „רעפּובליק‟ (מאַנוסקריפּט).

אָבער די צײַט גײט אַזױ גיך און צו פּשוט — אַזױ פּאַמעלעך, אַז איך קען האָפֿן, אַז צו יענער צײַט װעלן בײַ אײַך שױן זײַן אַלע 10 ביל­דער פֿון מײַן „רעפּובליק‟. דאָס לעצטע (10טע) בילד, אָדער קאַפּיטל, האָב איך נעכטן גע­שיקט צו דעם „טאַגענבלאַט‟. אַזױ איז ביזן 4־15 אױגוסט װעט די „רעפּובליק‟ שױן אין גאַנצן זײַן אָפּגעדרוקט.

נאָך דער „רעפּובליק‟ װעלן מיר געבן „די געשיכטע פֿון אַ קלײנעם עמיגראַנט‟, אָדער „די געשיכטע פֿון אַ ייִדיש ייִנגעלע‟. איר האָט זיך, פֿאַרשטײט זיך, אָנגעשטױסן, אַז דאָס װעט זײַן אַ זאַמלונג פֿון דערצײלונגען פֿון מײַן סימפּאַטישן קלײנינקן פֿרײַנד מאָטעלע, פּײסי דעם חזנס זון, װעלכער לאָזט זיך הײַנט קײן אַמעריקע (דאָס קאַפּיטל 12 הײסט: „שאַט, מיר פֿאָרן קײן אַמעריקע!‟) ער, זעט אײַך, װעט דורכ­גײן פֿאַר אײן יאָר אַלע סטאַדיעס פֿונעם אַמע­ריקאַנער לעבן, װי אַ קלײנער גרינער צװישן גרױסע גרינע. עס װעט זײַן גראָד דאָס, װאָס מען באַדאַרף אונטערטראָגן דעם אַמעריקאַנער פּובליקום.

איך האָב באַשריבן די משפּחה, װאָס באַ­שטײט פֿון אַ ייִנגעלע, זײַן מוטער (אַ פֿאַרװײנטע אימיגראַנטקע), זײַן נאַיִװער ברודער אליה און זײַן װײַב דבֿורה; זײער חבֿר פּיניע (אַ פּאָע­טישע נאַטור) און זײַן װײַב, די קאַסאָקע טײַבל, די גוטהאַרציקע אין דער װעלט פֿון אימי­גראַנטן — דאָס אַלץ װעט זײַן גאַנץ גענוג, עס זאָלן בײַ קוריאָזע באַגעגענישן און בײַ דער שלימזלדיקער װירקלעכקײט, און די שלימזל­דיקע צוזאַמענשטױסן געבן אַ פֿול בילד פֿונעם ייִדישן גלות אין דעם ברײטן אָקעאַן פֿון לעבן. דערצו דאַרף מען ניט פֿאַרגעסן אין װאָס פֿאַר אַ קאָמישער פֿאָרעם עס ווערט דאָס אַלץ גע­שילדערט, און ווי קאָמיש, און ביז גאָר נאַיִװן עס קלינגט דאָס לשון, אין וועלכן עס ווערט דאָס אַלץ דערצײלט.

דערװײַל האָבן מיר צוגעגרײט דעם „מבול‟ אין אַן איבערגעאַרבעטער פֿאָרעם. מיר װעלן געבן כּמעט אַ פֿאַרגאַנצטע זאַך.

הײסט עס, גוט!

װאָס שײך דעם „דײַטש‟, חידוש איך זיך, הלמאַי האָט איר זיך ביז אַצינד ניט פֿאַראינטע­רעסירט פּערזענלעך מיטן קאַפּיטאַליסט, אָדער דײַטש, מיט זײַן פֿאַרמיטלער. גיט אים איבער, אַז כּל־זמן איר װעט עס ניט זען מיט אײַערע אײגענע אױגן, װעט איר מיר ניט שרײַבן.

נאָך אײן זאַך. איך באַפֿולמעכטיק אײַך װירק­לעך צו פֿירן די אונטערהאַנדלונגען מיט די קאַפּיטאַליסטן אָדער מיט זײערע פֿאָר­שטײער װעגן אַרױסגעבן אַ פֿולע זאַמלונג פֿון מײַנע װערק. זאָל מען אײַך באַזאָרגן מיט אַ פֿאַרטרױ־שײַן און מיט די מאַטעריאַלן גופֿא. װאַרט ניט ביז איך װעל קומען, נאָר איר דאַרפֿט אומבאַדינגט זיך טרעפֿן מיטן קאַפּיטאַליסט.

גאָנטאַר װעט אַװדאי האָבן אַ גוטן פֿאַר­דינסט, אָפּהענגיק פֿון די באַדינגונגען.

געזעגענענדיק זיך, דריק איך אײַער האַנט און די האַנט פֿון הער גאָנטאַר. זאָל אײַך גאָט געבן די ברכה אײַנצואָרדענען אײַערע געשעפֿטן אין אַמעריקע. גיט איבער מײַן גרוס הער ריטשאַרדן, אונדזער פֿרײַנד און איבערזעצער.

שלום־עליכם

מײַן װײַב גריסט אײַך האַרציק און

ניומע איז זײער גליקלעך.