(די 2 טע זײַט פֿון 4)
איין מאָל האָט זי אין קלאַס אַפֿילו דערקלערט, אַז עס זעט אויס ווי 770 (דער הויפּט־קוואַרטיר פֿון חב״ד, אויף איסטערן פּאַרקוויי, ברוקלין) איז ממש עבֿודה־זרה, ווײַל מע „דינט‟ דעם רבין.
„די לערערין און די תּלמידים האָבן נישט געגלייבט, אַז איך זאָג אַזוינע זאַכן, און מײַנע חבֿרטעס האָבן מיך גערופֿן אַן אָנרייצער,‟ האָט רבֿקה געזאָגט. „בײַ זיי איז נישט געווען מעגלעך, אַז אַ מיידל פֿון אַזאַ גזע (ייִחוס) זאָל ערנסט פֿרעגן אַזוינע קשיות.‟
בײַ רבֿקהן זענען די קשיות אָבער געווען זייער ערנסטע, און אַ סך מאָל פֿלעגט זי אַנטשלאָפֿן ווערן, וויינענדיק.
אויך אַנדערע זאַכן האָבן זי געשטערט: פֿאַר וואָס מאַכט איר ברודער קידוש פֿאַר דער משפּחה, און זי — נישט? פֿאַר וואָס קען זי נישט לערנען גמרא? פֿאַר וואָס קענען בחורים גיין אויף מבֿצעים (קירובֿ־קאַמפּאַניעס, ווי, למשל, ווײַזן אָפּגעפֿרעמדטע ייִדן צו לייגן תּפֿילין) אָבער מיידלעך — נישט? ווען זי איז געווען 14 יאָר אַלט, האָט אַן עלטער מיידל, וויסנדיק וועגן אירע טענות, זי געפֿרעגט, צי זי וואָלט געוואָלט פֿאָרן אויף אַ מבֿצע אין קאַליפֿאָרניע, און רבֿקה האָט זיך דערפֿרייט. אירע טאַטע־מאַמע האָבן אָבער נישט געוואָלט באַצאָלן דערפֿאַר, איז זי שיִער נישט געבליבן אין דער היים, ביז אין דער לעצטער מינוט האָט מען איר געקלונגען, אַז מע וועט שוין באַצאָלן פֿאַר איר. „מײַן מבֿצע איז געווען צו פּועלן בײַ ייִדן צו קויפֿן אַן אות פֿון אַ ספֿר־תּורה פֿאַר $1,‟ האָט רבֿקה געזאָגט.
אין דער מיטלשול האָט זי, סוף־כּל־סוף, געהאַט אַ געלעגנהייט צו לערנען אַן ערנסטן ספֿר, „תניא‟ (די מיסטישע פּרינציפּן פֿון חב״ד). זי האָט זיך געלערנט מיט אַזאַ פֿעיִקייט און התמדה, אַז אַפֿילו דער רבֿ האָט זי באַוווּנדערט. „דו האָסט אַ קאָפּ ווי אַ מאַן,‟ האָט ער געזאָגט.
„ווער ווייסט?‟ פֿרעגט רבֿקה איצט. „אפֿשר אויב מע וואָלט מיך געלאָזט אַ גאַנצן טאָג לערנען, וואָלט איך נאָך הײַנט געווען פֿרום…‟
צו 20 יאָר האָט רבֿקה, צוזאַמען מיט אַ גאַנצער חבֿרה בחורים מיט מיידלעך, וואָס זענען אויך געווען אומצופֿרידן מיט דער חסידישער וועלט, זיך באַזעצט אין לאָנג־אײַלאַנד סיטי, און זיך פֿאַרשריבן אין קאָלעדזש. „די בחורים זענען געגאַנגען אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט, אָבער מיר, מיידלעך, האָבן נישט געוואָלט אַרײַן אין חובֿות, האָבן מיר זיך געלערנט אין האָנטער־קאָלעדזש,‟ האָט רבֿקה געזאָגט. די יונגע לײַט האָבן אָפֿט פֿאַרבראַכט אין איינעם אין דער דירה, וווּ די מיידלעך האָבן געוווינט, אויף 888 מאָנטגאָנערי סטריט; געגעסן, געטרונקען, געשפּילט גיטאַר און געזונגען, אַרומגערינגלט מיט פֿלאַקערנדיקע ליכטלעך. שפּעטער איז דאָס אָרט באַקאַנט געוואָרן בײַ די אַנדערע ליובאַוויטשער „בעלי־שאלה‟ ווי, פּשוט, 888.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.