דער מיסטעריעזער אָפּשטאַם פֿון וואָרט „דאַוונען‟

The Mysterious Roots of the Word “Daven”


פֿון הערשל גלעזער

Published August 31, 2014, issue of September 26, 2014.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

בײַ אוריאל ווײַנרײַכן, אין זײַן לערן־ביכל College Yiddish, טרעפֿט מען דעם קלאַסישן זאַץ „‘רבותי, מיר וועלן בענטשן’, זאָגט דער זיידע“. דורך דעם ווײַזט ער אָן אויף די פֿיר היסטאָרישע קאָמפּאָנענטן פֿון מאַמע־לשון: לשון־קודש („רבותי“), דײַטש („מיר, וועלן, זאָגט, דער“), ראָמאַניש („בענטשן“), סלאַוויש („זיידע“). וואָלט וועמען אײַנגעפֿאַלן צו צעגלידערן דעם זעלביקן זאַץ אויף ענגליש? דהײַנו:

„‘Gentlemen, we shall say the blessing,’ Grandfather says.‟

לאָזט זיך אויס, אַז די ענגלישע ווערטער we, shall, say, says, the נעמען זיך אַלע פֿון אַנגלאָ־סאַקסיש; אַזוי אויך men און father, אָבער gentle און grand נעמען זיך פֿון פֿראַנצייזיש, און די קאָמבינאַציעס gentlemen און grandfather זענען אַ פּועל־יוצא פֿון דער פֿראַנצייזישער השפּעה. נאָר וועמען גייט עס אָן?

אַקעגן וואָס איז דאָס אַלץ געקומען צו רייד? אַקעגן דעם וואָרט „דאַוונען“ (אָדער: „דאַווענען“). פֿון דעם וואָרט איז דער אָפּשטאַם נישט באַוווּסט. דערפֿאַר אָבער זענען דאָ אָן אַ שיעור השערות. און ווײַל צוליב קלאָרע סיבות האָט דאָס וואָרט אַרויסגערופֿן אינטערעס בײַ רבנים, זענען דערפֿון דאָ רבנישע עטימאָלאָגיעס, נאָר, צום באַדויערן, טויגן זיי נישט. און זיי טויגן נישט אויף אַזוי ווײַט, אַז ווען ד”ר בירנבוים האָט זיך מטריח געווען אָנצושרײַבן אַן אַרבעט, האָט ער טאַקע אָפּגעוואָרפֿן אַלע פֿאָרגעלייגטע עטימאָלאָגיעס, נאָר קיין אייגענע רוקט ער נישט אַרויס, וואָרן קיין בעסערס זעט זיך נישט. (אַגבֿ איז אַרויס די אַרבעט אין 1985, ווען בירנבוים איז שוין געווען 94 יאָר אַלט!) איז לאָמיר לייענען אַ בלאַט בירנבוים:

קודם־כּל, רעכנט ער אויס אַלע פֿאָרגעלייגטע עטימאָלאָגיעס פֿונעם וואָרט „דאַוונען‟:

  1. פֿון „דף“ ‘בלאַט’, ווײַל בײַם דאַוונען מוז מען מישן די בלעטלעך פֿונעם סידור.

  2. פֿונעם אַרמישן „דאַבֿונן“ ‘פֿון אונדזערע אָבֿות’, ווײַל דעם נוסח דאַוונען האָבן פֿאַרפֿיקסירט אונדזערע אָבֿות אַבֿרהם, יצחק און יעקבֿ.

  3. פֿון ענגלישן dawn, אַ פּנים, ווײַל שחרית דאַוונט מען אין דער פֿרי.

  4. פֿון לאַטײַנישן devovēre ‘אָפּגעבן, איבערגעבן’ (פֿ”גל ס’ענגלישע devote), ווײַל בײַם דאַוונען גיט מען זיך איבער דעם רבונו־של־עולם.

  5. פֿון פֿראַנצייזישן divin ‘געטלעך’, ווײַל אויף פֿראַנצייזיש איז office divin טײַטש ‘דינען גאָט, מתפּלל זײַן’.

  6. פֿון אַראַבישן dīwān ‘געקליבענע לידער’, אפֿשר ווײַל אינעם סידור זענען דאָ אַ סך לידער — פּיוטים.

  7. פֿון ליטווישן dovana ‘מתּנה’, מחמת דער תּחילתדיקער טײַטש פֿון „מינחה“ איז ‘מתּנה’.

  8. פֿון אַראַבישן daʕwa, פֿונעם שורש טײַטש ‘רופֿן’, ווײַל בײַם דאַוונען רופֿט מען דעם רבונו־של־עולם; איין טײַטש פֿונעם וואָרט אַליין איז ‘תּפֿילה’. דאָס וואָרט האָט גיכער געקענט אַרײַנקומען אין מאַמע־לשון דורך טערקיש.

  9. „דוינען“, אַ פֿאָרעם פֿון „דאַוונען“ בײַ טייל רײַסישע ייִדן, און „דוינן“ ‘זינגען’, פֿונעם מיטל־הויכדײַטשן dœnen.