(די 2 טע זײַט פֿון 4)
דאַנקען גאָט, איז בײַ ייִדן נישטאָ אַזעלכע מיליטאַנטישע קריגערײַען צוליב די נסיעות צו קבֿרי־צדיקים. פֿונדעסטוועגן, ווערן בעת די ייִדישע מחלוקתן אויף דער דאָזיקער טעמע צומאָל באַנוצט פֿאַקטיש די זעלבע אַרגומענטן און שאַרפֿע רייד, מיט באַשולדיקונגען אין עבֿודה־זרה און כּפֿירה. אַזאַ מחלוקת פֿלאַקערט אין שײַכות מיט אַן אַנדער לאַנד, וווּ עס קומט איצט אויך פֿאָר אַ באַוואָפֿנטער קאָנפֿליקט — דהײַנו, אוקראַיִנע.
די בראַצלעווער אָדער ברעסלאָווער חסידים, ווי זיי רופֿן זיך הײַנט, גלייבן בפֿירוש, אַז די יערלעכע נסיעה צו רבי נחמן קיין אומאַן אויף ראָש־השנה איז אַ ריזיקע סגולה, ווײַל דער דאָזיקער צדיק האָט צוגעזאָגט צו העלפֿן יעדן, אַפֿילו די גרעסטע בעלי־עבֿירות; אַז אויב זיי וועלן קומען צו זײַן קבֿר, זאָגן דאָרטן צען געוויסע קאַפּיטלעך תּהילים, באַקאַנט ווי דער „תּיקון־הכּללי‟, און געבן אַ ביסל צדקה, וועט ער טאָן אַלץ, וואָס איז נאָר מעגלעך, צו העלפֿן זיי בגשמיות און ברוחניות, „בײַ די פּאות אַרויסצוציִען זיי פֿון גיהנום‟.
די בעלי־עבֿירות זענען טאַקע איינע פֿון די סיבות, פֿאַרוואָס נישט אַלע רבנים זענען צופֿרידן מיט די מאַסן־נסיעות קיין אומאַן. לכּבֿוד די ימים־נוראָים פֿאַרזאַמלען זיך דאָרטן, אַחוץ די חסידים, הונדערטער זונות פֿון גאַנץ אוקראַיִנע. דער מחבר פֿונעם באַקאַנטן בלאָג „פֿרומע סאַטירע‟ האָט באַמערקט, אַז די גאַסן־מיידלעך האָבן פֿאַקטיש געגרינגעט אַן אייגענע טראַדיציע צו פֿאָרן כּסדר אַהין לשם־פּרנסה. אַחוץ דעם ווילדן הפֿקר, געשלעגן, נאַרקאָטיק־האַנדל און אַנדערע סתּירותדיקע מעשׂים, זענען געוויסע רבנים אָבער אויך נישט צופֿרידן מיט דעם, וואָס די ייִדישע פּילגרימען ווענדן זיך מיט בקשות צו אַ טויטן.
מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק האָב איך זיך אָנגעטראָפֿן אויף אַ גאָר אַגרעסיוון ייִד, וועלכער האָט געטענהט, אויפֿן סמך פֿון געוויסע מתנגדישע רבנים, אַז די נסיעות צו קבֿרי־צדיקים זענען, כּלומרשט, אַ שרעקלעכע עבֿודה־זרה. דער דאָזיקער פּאַרשוין האָט צוגעגעבן, אַז די עכט ערנסטע מוסולמענער האַלטן אויך אַזוי, און אַז מע דאַרף טאַקע שטרענג פֿאַרווערן אַזעלכע נסיעות. ס׳איז נישט קיין נאָווינע, אַז בײַ ייִדן זענען פֿאַראַן חילוקי־דעות וועגן דעם דאָזיקן ענין, נאָר דער אַגרעסיווער טאָן, דערצו באַגלייט מיט אַ שבֿח פֿון די סירישע אויפֿשטענדלער האָט מיך פֿאַרחידושט. ס‘איז באַזונדערס מאָדנע צו דערהערן אַזאַ פֿאַרגלײַך פֿון אַ מענטש, וואָס לויבט די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע אולטראַ־רעכטע נאָכפֿאָלגער פֿון מאיר כּהנא.
אין די לעצטע יאָרן, האָבן זיך אין מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע קרײַזן פֿאַרשפּרייט אַזעלכע נעגאַטיווע שטימונגען, אָפֿט פֿאַרבונדן מיט דער קריטיק פֿון די ליובאַוויטשער און ברעסלאָווער חסידים. הרבֿ יובֿל שרלו, אַ באַקאַנטער רעליגיעז־ציוניסטישער טוער און דער מנהיג פֿון דער מיליטערישער „הסדר‟־ישיבֿה אין פּתח־תּיקווה, האָט מיט פֿינף יאָר צוריק פֿאַרדאַמט די נסיעות צו קבֿרי־צדיקים, און טאַקע אָנגערופֿן עס אַן „עבֿודה זרה‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.