(די 3 טע זײַט פֿון 4)
דעם 8טן סעפּטעמבער, האָט די מאָדערן־אָרטאָדאָקסישע צײַטונג „דזשויִש פּרעס‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אַ טיף נעגאַטיוון אַרטיקל מיטן קעפּל „דער קולט פֿון אומאַן‟. דער מחבר פּרעזענטירט עס ווי אַ באַקאַנטן יסוד פֿון ייִדישקייט, אַז צו די טויטע טאָר מען זיך בשום־אופֿן נישט ווענדן. מיט אַ פּאָר וואָכן פֿריִער, האָט דער זעלבער מחבר, דאָני פֿאָקס, אָנגעשריבן אַן אַנדער אַרטיקל אויף דער זעלבער טעמע, וואָס קלינגט נאָך נעגאַטיווער.
אַן אַנדער קוואַל פֿון די דאָזיקע שטימונגען זענען אַזעלכע שאַרפֿע קענגער פֿון ליובאַוויטש, ווי פּראָפֿ׳ דוד בערגער, דער דעקאַן פֿונעם אָפּטייל פֿאַר ייִדישע שטודיעס בײַם ישיבֿה־אוניווערסיטעט. די ליובאַוויטשער האַלטן בפֿירוש, אַז מע מעג בעטן די טויטע, בפֿרט זייער רבין צי אַן אַנדער צדיק, זיי זאָלן מתפּלל זײַן פֿאַר די לעבעדיקע. הרבֿ דוד בר־חיים, דער ראָשי־ישיבֿה פֿונעם ירושלימער „מכון־שילה‟, אַן אַנדער באַקאַנטער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער און רעליגיעז־ציוניסטישער מנהיג, רופֿט זיך אָפּ געפֿערלעך שלעכט וועגן ביידע חסידישע גרופּעס, צוליב זייער באַשעפֿטיקונגען מיט די קבֿרי־צדיקים.
די ייִדישע חילוקי־דעת וועגן דעם זענען גאַנץ אַלט און שוין געווען באַקאַנט אין דער מיטל־עלטער. דער רמב״ם וואָלט געווען קעגן די אומאַנער נסיעות. להיפּוך, זענען אינעם „זוהר‟ פֿאַראַן בפֿירושע אויסדרוקן, לויט וועלכע אַ צדיק ווערט באַטראַכט נאָך זײַן פֿיזישער פּטירה ווי אַ לעבעדיקער מענטש אין אַלע אַספּעקטן. די קבלה־ספֿרים זענען פֿול מיט פֿאַרשיידענע מעשׂיות וועגן קאָמוניקאַציע מיט יענער וועלט, אָפֿט פֿאַרבונדן מיט ספּעציעלע הנהגות בײַ די קבֿרים.
אין די פּאָפּולערע מיזרח־אייראָפּעיִשע הלכה־קוואַלן טרעפֿן זיך היפּוכדיקע דעות וועגן דעם. הרבֿ אַבֿרהם דאַנציג, דער מתנגדישער מחבר פֿונעם ספֿר „חיי־אָדם‟, איז נישט געווען צופֿרידן מיט דעם, וואָס די פּשוטע ייִדן קומען כּסדר מיט זייערע בקשות אויף די קבֿרי־אָבֿות. הרבֿ שלמה גאַנצפֿריד, דער אונגערישער מחבר פֿונעם „קיצור־שולחן־ערוך‟, שטיצט דעם פֿאָלק־מינהג און זאָגט, אַז ס׳איז גוט צו גיין ערבֿ ראָש־השנה אויף אַ בית־עולם, כּדי צו דערמאָנען די נשמות פֿון די מתים, אַז זיי לאָזן דאַוונען פֿאַר אונדז. ער גיט אָבער צו, אַז ס׳איז נישט כּדאַי צו בעטן די טויטע אויף אַ דירעקטן אופֿן. די קעגנער באַציִען זיך אָבער מיט דרך־ארץ צום פֿאָלקס־מינהג און באַנוצן זיך נישט מיט שאַרפֿע לשונות.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.