איסלאַמיסטן קומען צו דער מסיבה

Islamists Join the Kumzits


פֿון עמיל קאַלין

Published September 19, 2014, issue of October 10, 2014.

אונדזערע חכמים זאָגן: „על כרחך אתה חי‟, לעבן מוז מען, און אַז מע לעבט, מאַכט זיך אַזוי, אַז מע מאַכט מסיבות; און אַז מע מאַכט מסיבות, לאַדט מען קודם־כּל אײַן דעם בעסטן חבֿר. איז עס בפֿירוש „על כורחך אתה הולך‟.

יענעם טאָג האָב איך געהאַט זייער ווייניק חשק זיך אַרויסצושאַרן פֿון דער היים, און נאָך ווייניקער כּוח צו גיין אויף דעם „חנוכּת-הבית‟ פֿון דער דירה, וווּ מײַן חבֿר וווינט מיט זײַן נײַער חבֿרטע, נישט געקוקט אויף דעם, וואָס מיר זענען שכנים, און גיין אויף דער מסיבה וואָלט בײַ מיר גענומען נישט מער ווי פֿינף מינוט. זײַנע מסיבות, ווי כ׳האָב שוין געוווּסט פֿון פֿריִער, זאָגן צו ווייניק גליקן און איין גרויסן גענעץ.

אויפֿן וועג צו אים האָב איך זיך אָפּגעגעבן אַ חשבון, אַז ס’רובֿ אײַנגעלאַדענע קען איך שוין, אַמווייניקסטן, נײַן יאָר, זינט דעם ערשטן קורס אין אוניווערסיטעט; דאָס הייסט, די פּנימער זייערע זענען מיר באַקאַנט, נאָר דערמיט ענדיקט זיך אונדזער באַקאַנטשאַפֿט. שטענדיק, אַז איך געפֿין זיך אין זייער קאָמפּאַניע, ווערן מײַנע אויגן-לעפּלעך שווער, זייערע רייד גיסן זיך צונויף אין אַ זשום און איך פֿיל, ווי אַ מינע, וואָס איז אַ געמיש פֿון לאַנגווײַל און גלײַכגילט, לייגט זיך אויף מײַן פּנים. זייערע פּנימער זעען אויס אויך פֿאַרשטיינערט פֿון לאַנגווײַל.

דער בנין, וווּ מײַן חבֿר האָט זיך אַרײַנגעצויגן מיט זײַן נײַער חבֿרטע, איז אַ פֿאַרנאַכלעסיקטער ברוילעך-גרוילעכער באַן-בנין. אַזוינע, לענגלעכע, דרײַ־שטאָקיקע בנינים האָבן זיך באַוויזן אין לאַנד אין די פֿופֿציקער יאָרן, ווען באַשיידנקייט האָט באַשטימט דעם טאָן. דער בנין האָט אויסגעזען, ווי קיינער וואָלט זיך נישט צוגערירט צו אים זינט מ׳האָט אים אויפֿגעבויט. ס‘איינציקע וואָס האָט זיך געביטן איז דאָס דירה-געלט, וואָס שטײַגט שיִער נישט יעדעס יאָר.

דער נומער פֿון דעם חבֿרס דירה איז אַרויסגעפֿלויגן פֿון מײַן קאָפּ, אָבער איך האָב נישט געהאַט קיין ספּעציעלע פּראָבלעמען צו געפֿינען דעם וועג: איך האָב געפֿאָלגט נאָך דעם רעש פֿון הויכן מענערישן געלעכטער, דעם געקלאַנג פֿון ביר־פֿלעשלעך און הויכע רייד. די טיר איז געווען אָפֿן. אויף דער שוועל האָב איך געטראָפֿן מײַן חבֿר. דער בעל-שׂימחה האָט געטראָגן אַ שוואַרץ היטל, וואָס האָט געזאָלט צוגעבן זײַן פּנים אַ פֿראַנצויזישן, קינסטלערישן „שיק‟.

אויפֿן לײַב האָט ער געטראָגן אַ רויט-פֿיאָלעט לײַבל, און זײַנע הויזן זענען געווען ברייט און צעקנייטשט, ווי ערשט אַרויסגעשלעפּט פֿון דער וואַש-מאַשין. ער האָט געשמייכלט צו מיר און דערלאַנגט אַ פֿלעשל ביר. איך בין אַרײַן אין דער דירה — אַ באַשיידענע, ווי דער גאַנצער בנין. איין פֿינצטערער שלאָף-צימער מיט אַן אוראַלטער גלעזערנער, דורכזיכטיקער טיר (די אַמאָליקע ישׂראלים האָבן נישט גענומען אין באַטראַכט, אַז מאַן-און-ווײַב ניצן די בעט נישט נאָר אויף צו שלאָפֿן), אַ שמאָלער באָד-צימער און אַן אַלקער, מײַן חבֿרס „ביוראָ‟, וווּ מע האָט אָרט אַרײַנצורוקן אַהין נישט מער ווי אַ טיש.