יעדן ראָש־השנה חזרט ער איבער בײַם טיש דאָס זעלבע חכמהלע: דאָס סעודהלע איז נישט נאָר, כּדי צו פּראַווען ראָש־השנה, נאָר אויכעט זייער גט. זיי האָבן זיך געגט מיט פֿערצן יאָר צוריק. געשען איז דאָס אַ טאָג פֿאַר ראָש-השנה.
דאָס גטן זיך איז געגאַנגען גלאַט, נישט ווי בײַ אַנדערע פּאָרלעך — אָן מיאוסע קריגערײַען, מאַכן אויף צעפּיקעניש, געריכטן, ריכטער און אויסגעשליפֿענע אַדוואָקאַטן; און פֿאַרוואָס טאַקע זאָל עס ווערן מיאוס? די קינדער זענען שוין געווען גרויס און דאָס פֿאַרמעגן — קליין. מע האָט עס געמאַכט „ציוויליזירט‟, איז מען געגאַנגען אויף אַ פּשרה — אַזוי האָט ער אויך ליב צו דערציילן: זי האָט באַקומען אַלץ, און ער — אַ לאָך פֿון אַ בייגל.
און צו מאָל דערציילט ער, אַז פֿאַרקערט: זי האָט גאָרנישט באַקומען, און ער — דאָס גאַנצע פֿאַרמעגן. בשעת־מעשׂה צעלאַכט ער זיך, גיסט זיך צו מער ווײַן און זאָגט: „אָבער מיר זענען געבליבן גוטע פֿרײַנד‟. ער זאָגט נישט קיין ליגן; אמת, זיי וווינען אין פֿאַרשיידענע שטעט, אָבער רעדן אַיעדן טאָג אויפֿן טעלעפֿאָן, און אַז איינער פֿון זיי דאַרף הילף, ווענדט ער זיך גלײַך צום צווייטן.
און אָט איז שוין ווידער ראָש־השנה; אַלע האָבן זיך אויסגעזעצט אַרום טיש, ווי יעדעס יאָר: זיי, די אַמאָליקע מאַן־און־ווײַב, זייערע דרײַ קינדער, אַליין שוין נישט קיין קינדער, די צוויי כּלות און איין אייניקל. אַלע ווייסן שוין פֿון לאַנג די מעשׂה מיט דער „פּשרה‟, זי רופֿט אַרויס אַ גענעץ. מע ווינקט זיך אונטער, און מע לאַכט אין די פֿויסטן.
די קינדער קוקן אויף די געוועזענע מאַן־און־ווײַב און קענען נישט תּופֿס זײַן, ווי זיי האָבן חתונה געהאַט און נאָך מער: ווי זיי האָבן געמאַכט דרײַ קינדער? ער: אַן איידעלער, גוטמוטיקער מאַן אין די שפּעטע זעכציקער. דאָס רונדיקע, ספֿק־רויטע, ספֿק־בראָנזעווע פּנים מיט פֿעטע באַקן איז באַרעמלט מיט אַ שיטערער, ווײַס־געוואָרענער, קורצער באָרד, זיצט בײַם טיש, ווי מע וואָלט אים צוגעשמידט צום בענקל, מיט האַלב־פֿאַרמאַכטע אויגן. אין זײַן שווערער האַנט האַלט ער אַ גלעזל ווײַן, און זײַן מויל הערט נישט אויף צו קײַען.
זי: אַ דינינקע, רירעוודיקע, פֿלינקע פֿרוי, מיט אַ העל, באַשפּרענקלט פּנים און צוויי גרויסע בלויע אויגן, פֿון וועלכע עס קוקט אַרויס אַן אומאויסשעפּלעכע לעבעדיקע נײַגעריקייט. אַלץ וואָס זי האָט צו זאָגן, זאָגט זי קורץ און שאַרף אָן איבעריקע ווערטער. זי קען נישט אײַנזיצן שטיל אויף אַ רגעלע. זי פֿרעגט בײַ יענעם צי דאָס עסן איז געשמאַק, צי די „גאָלדענע יויך‟ איז טאַקע „גאָלד מיט זילבער‟, און אַז מע ענטפֿערט, אַז עס פֿעלט אַ ביסל זאַלץ, גיט זי אַ שפּרונג אונטער, פֿליט צו צום שאַפֿקעלע, און אָט שטייט שוין דאָס זעלצערל אויפֿן טיש.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.