דער כּוח־המדמה — צום גוטן און צום שלעכטן

Power of Imagination: Good, Bad and Ugly

„פֿײַוויש‟ פֿאַרשטעלט זיך פֿאַר אַן אַמעריקאַנער פּרעזידענט
YouTube
„פֿײַוויש‟ פֿאַרשטעלט זיך פֿאַר אַן אַמעריקאַנער פּרעזידענט

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Published October 03, 2014, issue of October 24, 2014.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

די באַקאַנטע אָרטאָדאָקסישע ייִדישע אָרגאַניזאַציע „עורה‟ Oorah, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיטן קירובֿ פֿון בעל־תּשובֿות, אָרגאַניזירט איצט אַ ספּעציעלע פּראָגראַם לכּבֿוד די ימים־נוראָים בײַם ייִדישן קהילה־צענטער אין סטאַטען־אײַלענד. די דאָזיקע אָרגאַניזאַציע האָט אַ סתּירותדיקע רעפּוטאַציע צוליב אירע צווייפֿלהאַפֿטיקע געשעפֿטן. מילא, קוק איך אַרײַן אינעם „פֿייסבוק‟, און טרעף דאָרט אַ משונהדיקע צורה מיט צענדליקער פּנימער פֿון „פֿײַוויש‟ — דער ליציטאַציע־סימבאָל פֿון „עורה‟. דער דאָזיקער פּערסאָנאַזש, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ לעבעדיקן פֿינף־דאָלאַרדיקן באַנקנאָט, וואָס זינגט און דרשנט כּסדר וועגן דעם כּוח פֿון געלט. דער נאָמען „פֿײַוו־איש‟ איז דער טײַטש „אַ ייִד אַ באַנקנאָט‟.

הרבֿ אלחנן שוואַרץ, דער מנהל פֿון דער ברוקלינער ישיבֿה „שׂמחת־חיים‟, באַגלייט מיט זײַן קול די אויפֿטריטן פֿון אַַ פּאַיאַץ, וואָס פֿאַרשטעלט זיך פֿאַר אַ שטיק געלט, אָדער אַן ענלעכע קאָמפּיוטער־פֿיגור. די דערפֿינדער פֿון „פֿײַוויש‟ האָבן געשאַפֿן אַ גאַנצע ווירטועלע וועלט, וווּ אויף יעדן ווינקל שפּרינגען און זינגען אַזעלכע לעבעדיקע באַנקנאָטן — אַ מין „אוטאָפּיע‟ פֿון געלט. אין אַ ריי ווידעאָ־עפּיזאָדן טאַנצט אַרום אים אַ גאַנצע כאָפּטע ייִדן, אויך פֿאַרשטעלט ווי גרינע פּאַפּירלעך.

אין די לעצטע פּאָר יאָר איז „פֿײַוויש‟ געוואָרן פּאָפּולער אין ברייטע פֿרומע קרײַזן — דער עיקר, בײַם לייקוווּדער „ישיבֿישן‟ ציבור. דער דאָזיקער פּערסאָנאַזש האָט אויך אויסגענומען צווישן די אַנטיסעמיטן, וועלכע זענען נײַגעריק צו זען, ווי די ייִדן טאַנצן בוכשטעבלעך אַרום געלט.

אַ קאַדער פֿון „פֿײַווישס‟ אויפֿטריטן, וווּ יעדער פּערסאָנאַזש זעט אויס ווי „אַ ייִד אַ באַנקנאָט‟
YouTube
אַ קאַדער פֿון „פֿײַווישס‟ אויפֿטריטן, וווּ יעדער פּערסאָנאַזש זעט אויס ווי „אַ ייִד אַ באַנקנאָט‟

מיט אָנדערהאַלבן יאָר צוריק, האָט די באַקאַנטע פֿרומע וועבזײַן Matzav.com דערקלערט, אַז „פֿײַוויש‟ איז „דער שטענדיקער באַליבטער פּערסאָנאַזש פֿון אַלע קינדער, ווי אויך זייערע עלטערן‟. מיטן זעלבן לויב־טאָן האָט זיך וועגן אים אָפּגערופֿן דער חרדישער זשורנאַל „משפּחה‟. אַ ריזיקער פּלושענער „פֿײַוויש‟ ווערט פֿאַרקויפֿט די אָנטיילנעמער פֿון דער ליציטאַציע פֿאַר 260 דאָלאַר; עס זענען דאָ גענוג בעלנים צו קריגן אַזאַ ליאַלקע.

צו מײַן חידוש, האָב איך אין דער ייִדישער פּרעסע דערווײַל נישט געזען קיין קריטישע אָפּרופֿן וועגן דעם דאָזיקן פּערסאָנאַזש, הגם אַ טייל פֿרומע אינטערנעץ־קאָמענטאַטאָרן טענהן, אַז ער האָט אַ מיאוס וווּלגאַר פּנים. ס׳קאָן זײַן, אַז איך בין נישט מסוגל צו באַגרײַפֿן דעם אַמעריקאַנער „פּאָפּ‟־הומאָר, אָבער דער שפּרינגענדיקער באַנקנאָט זעט דאָך ממש אויס ווי דער גאָלדענער קאַלב.

ווען איך האָב צום ערשטן מאָל דערזען דעם בראָנדזענעם אָקס, די „איקאָנע‟ פֿון וואָל־סטריט, וואָס רעפּרעזענטירט דעם אַגרעסיוון גײַסט פֿון דער געלט־קאָנקורענץ אויף דער בערזע, האָב איך געמיינט, אַז דאָס איז אַ דענקמאָל דעם עגל־הזהבֿ. איך קאָן זיך נישט באַפֿרײַען פֿון אַזאַ אַסאָציאַציע, ווען איך קוק אויף דער דאָזיקער סקולפּטור.

לויט אַ באַקאַנטן מדרש, האָט דער גאָלדענער קאַלב געקאָנט שפּרינגען ווי אַ לעבעדיקע חיה, צוליב בייזע כּישוף־כּוחות. דער דאָזיקער מדרש גיט אונדז צו פֿאַרשטיין, אַז בלויז צוליב די פֿעטישיסטישע אילוזיעס פֿון מענטשן ווערט גאָלד און געלט פֿאַרוואַנדלט אין אַ כּמו־לעבעדיקער עבֿודה־זרה. „פֿײַווישן‟ האָט זיך אײַנגעגעבן צו שאַפֿן זייער אַ געראָטענע אילוסטראַציע צום דאָזיקן מדרש; עס פֿעלן נאָר די טלאָען און הערנער.

די אָרגאַניזאַטאָרן פֿון דער יערלעכער קירובֿ־ליציטאַציע רופֿן עס אַליין „דאָס גאָלדענע קדחת‟. הלוואַי וואָלטן די פֿרומע קינעמאַטאָגראַפֿן געחלומט וועגן באַצויבערטע גאָלדענע אוצרות הינטערן טײַך סמבטיון, וואָס אַ גרופּע כּולל־תּלמידים זוכט אין אַן עק וועלט, פֿאַרבײַסנדיק דעם „לחיים‟ מיטן טשאָלנט; דאָס וואָלט כאָטש געקאָנט זײַן טשיקאַווע. אַן „עלדאָראַדאָ‟ מיט אומגעלומפּערטע טאַנצנדיקע דאָלאַרן זעט אָבער אויס, דאַכט זיך מיר, גיכער טאַקע ווי אַ „קדחת‟.