לעצטנס, האָט דער אַמעריקאַנער צווײַג פֿון „אַגודת־ישׂראל‟ אָנגעהויבן אַרויסצושיקן רעגולערע בליצבריוו אויף ייִדיש, דורך וועלכע מע קען זיך באַקענען מיט אינטערעסאַנטע דאָקומענטן פֿון אירע אַרכיוון. די בריוו ווערן אָנגעשריבן דורך יוסף ראַפּאַפּאָרט, אַ לאַנג־יאָריקער באַאַמטער פֿון „אַגודת־ישׂראל‟ ווי אויך אַ זשורנאַליסט אין דער אַמעריקאַנער חסידישער פּרעסע אויף ענגליש און ייִדיש. די דאָקומענטן ווײַזן אַ פֿילפֿאַרביקע געשיכטע פֿון דער וויכטיקער חרדישער אָרגאַניזאַציע און קענען דינען סײַ די פֿאָרשער, סײַ סתּם פֿאַראינטערעסירטע, וואָס ווילן זיך דערוויסן וועגן דעם אַמאָליקן חרדישן לעבן אין אייראָפּע און אַמעריקע, ווי אויך וועגן די אַמאָליקע חרדישע אויסגאַבעס אויף ייִדיש.
צווישן די דאָקומענטן, וואָס די „אגודת־ישׂראל‟ האָט לעצטנס פֿאַרשפּרייט, געפֿינט מען אַ טיפּירטן באַריכט וועגן אַ קאָנפֿערענץ פֿון דער אָרגאַניזאַציע אין רומעניע גלײַך נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה און אַ בריוו פֿון הרבֿ אהרן קאָטלער וועגן די ערשטע יאָרן פֿון דער „ישיבֿישער‟ קהילה פֿון לייקוווּד. דער באַריכט איז געדרוקט געוואָרן אין אַ צוויי־שפּראַכיקער צײַטונג, „די אָרטאָדאָקסישע טריבונע‟, וואָס „אַגודת־ישׁראל‟ פֿלעגט אַרויסגעבן, אין 1941.
כּדי צו באַקומען די רעגולערע בריוו פֿון „אגודת־ישׂראל‟, פֿאַרשרײַבט זיך אויף //agudathisrael.us8.list-manage.com/subscribe?u=4f385ed6c2bf0d1971775adab&id=6d8385900d.
דעם 14טן אָקטאָבער 1944, בלויז עטלעכע וואָכן נאָך דעם, וואָס פּאַריז איז באַפֿרײַט געוואָרן, האָט מען ווידער דערעפֿנט די ביבליאָטעק בײַם פּאַריזער „אַרבעטער־רינג‟, און איר אַ נײַעם נאָמען געגעבן „די מעדעם־ביבליאָטעק‟. לכּבֿוד דעם וועט דער פּאַריזער ייִדיש־צענטער דינסטיק, דעם 14טן אָקטאָבער, פּראַווען אַ פֿײַערלעכן אָוונט. די מסיבה וועט פֿאָרקומען 7:30 אין אָוונט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.