אוצרות צווישן מײַנע פּאָטשטאָווע בריוו

Treasures Among My Postal Letters

ד״ר גרשון ווײַנער (רעכטס) און יצחק קאָרן
ד״ר גרשון ווײַנער (רעכטס) און יצחק קאָרן

פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן

Published October 16, 2014, issue of November 07, 2014.

(די 5 טע זײַט פֿון 5)

***

חשובע מרים האָפֿמאַן,

מיט לאַנגע יאָרן צוריק, בשעת אבֿרהם זומאָף (איך בין נישט זיכער צי ד״ר באַרני זומאָף איז זײַנער אַ קרובֿ), איז געווען אַ פֿאָרמאַן פֿון די זעצער אויפֿן 7־טן שטאָק אויף 175 איסט בראָדוויי, איז יצחק באַשעוויס־זינגער געווען איינער פֿון די חשובֿסטע שרײַבער פֿון דערציילונגען און ראָמאַניסטן אין פֿאָרווערטס.

באַשעוויס־זינגער פֿלעגט ברענגען זײַנע קאַפּיטלען אין פֿאָרווערטס און איבערגעבן זומאָפֿן, כּדי ער זאָל עס איבערגעבן צו אַ זעצער, וועלכער זאָל עס אויפֿשטעלן אין דרוק.

עטלעכע מאָל האָט זומאָף ווי אַ „כּלומרשטער באַלעבאָס‟ קאָרעגירט די זאַצן. זינגער האָט אים שטילערהייט אויפֿמערקזאַם געמאַכט אַז ער זאָל ווײַטער נישט טשעפּען זײַנס אַן אַרבעט. יעדער קאַפּיטל זאָל אָפּגעדרוקט ווערן פּינקטלעך ווי עס שטייט אינעם אָריגינאַל.

איין מאָל איז זינגער געקומען אין פֿאָרווערטס איבערצוקוקן די קאָרעקטורן און ער האָט אַ קוק געטאָן און עס איז אים פֿינצטער געוואָרן אין די אויגן. יעדער זײַטל איז געווען פֿאַרשמירט און פֿאַרפּאַטשקעט מיט שוואַרצע ליניעס און שוואַרצע אותיות. זומאָף האָט קאָרעגירט זינגערן.

האָט זינגער דערלאַנגט זומאָפֿן אַ „גאָב‟. אָבער זומאָף האָט אַ זאָג געטאָן: „איך בין דאָ דער באַלעבאָס און אויב עס געפֿעלט אײַך נישט און אויב איר וועט מאַכן אַ טומל וועל איך אײַך אַרונטערשלײַדערן פֿון אַלע טרעפּ.‟

זינגער האָט געכאַפּט די פֿיס אויף די פּלייצעס און איז אַרײַן אין ווינדע (עלעווייטאָר), אַרונטערגעפֿאָרן די נײַן שטאָק און אַרויס פֿון בנין. זינט דאַן האָט ער נישט אַריבערגעטראָטן די שוועל פֿון פֿאָרווערטס. מיר מיינען אַז דאָס דאַרף אײַך אינטערעסירן ווײַל איר זײַט אַ זשורנאַליסטקע און אַ פֿאַרלעסלעכער מענטש.

מיט גרוס,
חיים נעמיראָוו.