ניט געקוקט אויפֿן גרויסן טומל, וואָס מע מאַכט איבער די ייִדן אומעטום, זײַנען מיר פֿאָרט אַ קליין פֿאָלק, בסך־הכּל אַ 14 מיליאָן נפֿשות. אַ מאָל קען מען זיך וווּנדערן, ווי אַזוי אַזאַ קליין פֿאָלק פֿאַלט שטענדיק אַרײַן אין אַזעלכע גרויסע צרות. ערשט באַפֿרײַט פֿון די לאַגערן, האָבן מיר זיך באַלד באַזעצט אין אונדזער געבענטשט היימלאַנד — אַרומגערינגלט מיט מיליאָנען רעליגיעזע פֿאַנאַטיקער. אפֿשר וואָלט כּדאַי געווען זיך שוין אָפּלערנען, למשל, פֿון אַ פֿאָלק, וואָס איז נאָך קלענער פֿון אונדז — די איסלענדער; זיי האָבן דאָך אַ בעסער מזל.
איסלענדער זײַנען פֿאַראַן אויף דער וועלט נאָר 300,000 נפֿשות, דאָס הייסט אַן ערך אַ העלפֿט פֿון דעם, וויפֿל ייִדן עס וווינען נאָר אין ברוקלין. פֿון דעסטוועגן, פֿאַרנעמען די איסלענדער אַ גרויסע טעריטאָריע — דעם אינדזל איסלאַנד אינעם צפֿון־אַטלאַנטיק, וואָס איז פֿינף מאָל גרעסער ווי מדינת־ישׂראל. איידער זייערע סקאַנדינאַווישע אָבֿות האָבן אָנגעהויבן זיך באַזעצן אויפֿן אינדזל אין 9טן י”ה, האָבן דאָרט געוווינט בלויז עטלעכע אירלענדישע מאָנאַכן, וואָס האָבן געפּראַוועט התבודדות. אַזוי איז איסלאַנד געוואָרן איינס פֿון די געציילטע לענדער, וואָס מע האָט קאָלאָניזירט אָן דעם, אַז די אַרײַנדרינגער זאָלן געהאַט אַרויסגעשטופּט די אָרטיקע באַפֿעלערקונג. (כאָטש מע דאַרף צוגעבן, אַז די קאָלאָניסטן האָבן אַהין געבראַכט אַ סך שקלאַפֿן פֿון אירלאַנד, ספּעציעל פֿרויען; דעריבער זײַנען די איסלענדער ניט אַזוי הויך און בלאָנד ווי די אַנדערע סקאַנדינאַוויער.)
ווי אַ פֿאָלק וואָס וווינט אויף אַ ווײַטן אינדזל און האָט ניט קיין שׂונאים, האָבן די איסלענדער אויך ניט קיין אַרמיי אָדער פֿלאָט. ס׳איז דאָ זייער ווייניק פֿאַרברעכערישקייט, דער לעבנס־סטאַנדאַרד איז פֿון די העכסטע אויף דער וועלט, ניט געקוקט אויף דעם, וואָס איסלאַנד האָט שווער געליטן פֿונעם עקאָנאָמישן קריזיס אין 2008. די לופֿט און די לאַנדשאַפֿט זײַנען ריין און שיין, ווײַל מע שעפּט די ענערגיע פֿון נאַטירלעכע געאָטערמישע קוואַלן.
איסלאַנד האָט אַן אַלטע דעמאָקראַטישע טראַדיציע, וואָס אירע וואָרצלען ליגן אין 10טן י׳׳ה. דער איסלאַנדישער פּאַרלאַמענט הייסט דאָס „אַלדינג‟ (טאַקע פֿונעם זעלבן שורש ווי „אַלצדינג‟) און איז אויפֿגעקומען אין יאָר 930. עטלעכע הונדערט יאָר איז דער אינדזל אַרונטערגעפֿאַלן אונטערן דענישן קעניג און נאָר אין 1918 זײַנען די איסלענדער געוואָרן אומאָפּהענגיק אויף אַן אָפֿיציעלן אופֿן. אָבער פֿאַקטיש האָט קיינער זיך ניט אומגעקוקט, וואָס עס טוט זיך אין ווײַטן איסלאַנד, האָבן די אײַנוווינער געקענט מאַכן שבת פֿאַר זיך.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.