אַלבערט אײַנשטיין, דער באַקאַנטער פֿיזיקער, וואָס איז געווען אַזוי קלוג, אַז זײַן נאָמען אַליין באַטייט הײַנט גאונות, האָט אַמאָל געזאָגט: „בלויז צוויי זאַכן זענען אומענדיק - דער אוניווערס און דאָס טיפּשות פֿון מענטשן; און נאָר אין דעם אוניווערס בין איך ניט זיכער‟. אַנדערש געזאָגט: יעדער איינער פֿון אונדז, פֿירט זיך צומאָל אויף אַ טעמפּן אופֿן. דער אונטערשייד באַשטייט נאָר אין דעם, ווי אָפֿט מע פֿירט זיך נאַריש און דער ניוואָ פֿון נאַרישקייט, וואָס מע דערגרייכט.
געוויסע מענטשן זענען, ניט פֿאַר אונדז געדאַכט, באמת אידיאָטן. וועגן זיי וויל איך ניט צו פֿיל שרײַבן, ווײַל זיי זענען מיר ניט אינטערעסאַנט - אַז אַן אידיאָט זאָל זאָגן עפּעס אידיאָטישס, איז דאָך קיין שום חידוש ניט. אַ סך מער אינטערעסאַנט, זענען די נאַרישע זאַכן, וואָס עס זאָגן מענטשן, דווקא ניט קיין נאַראָנים, און די סיבות, פֿאַר וואָס קלוגע מענטשן ברענגען אַרויס אַזעלכע תּמעוואַטע זאַכן.
בײַ אונדז אַמעריקאַנער, זעט אויס, זענען די הויפּט־טעמעס, וואָס ברענגען צו נאַרישע רייד פֿאַרבונדן מיט וויסנשאַפֿט, מיטן לעבן מחוץ אַמעריקע, פֿרעמדע קולטורן, און דער געשיכטע.
וואָס שייך וויסנשאַפֿט, הער איך שטענדיק פֿראַגעס און טענות, וואָס ווײַזן אָן, אַז דער בעל־שאלה האָט בכלל ניט קיין פֿאַרשטאַנד פֿון וויסנשאַפֿט. איך בין אַ מאָל געווען אויף אַ יאַריד, וווּ אַ פֿרוי האָט זיך באַקלאָגט, אַז אַן אַלטער ראַדיאָ פֿון די 1930ער יאָרן שפּילט נאָר די הײַנצײַטיקע ראַדיאָ־פּראָגראַמען, און ניט די פֿון די 1930ער יאָרן!
וואָס שײך דעם, אַז אַ סך אַמעריקאַנער האָבן קנאַפּע ידיעות וועגן דעם לעבן מחוץ אַמעריקע, בין איך לעצטנס געווען אין אַ באַר, וווּ איך האָב צופֿעליק אונטערגעהערט, ווי אַ מאַן דערקלערט, אַז ער קומט פֿון סענעגאַל, און אַז סענעגאַל איז אַ לאַנד אין מערבֿ־אַפֿריקע. האָט די פֿרוי, מיט וועמען ער האָט גערעדט, אים דערנאָך געפֿרעגט, צי ס׳זענען דאָ בײַ אים אין סענעגאַל אויטאָס און וועגן? ס׳ווײַזט זיך אַרויס, אַז אַ סך מענטשן גלייבן טאַקע, אַז מחוץ אַמעריקע איז די גאַנצע וועלט עפּעס אַ פֿאַרלוירענער תּוהו־ובֿוהו, וואָס האָט זיך אויפֿגעהערט צו אַנטוויקלען מיט 150 יאָר צוריק.
נאָך דער וויסנשאַפֿט און דעם לעבן אין אויסלאַנד איז די הויפּט־טעמע פֿון מיספֿאַרשטייענישן בײַ די אַמעריקאַנער, מסתּמא, די געשיכטע. ס׳רובֿ מענטשן האָבן פּשוט זייער ווייניק פֿאַרשטאַנד פֿון דער געשיכטע בכלל און דעם סדר, אין וועלכן געוויסע געשעענישן זענען פֿאָרגעקומען, בפֿרט. אַזוי אַרום הערט מען, למשל, ווי מע פֿאַרפּלאָנטערט די ערשטע און די צווייטע וועלט־מלחמות אָדער מע מיינט, אַז דזשאָרדזש וואַשינגטאָן און אַבֿרהם לינקאָלן זענען געווען גוטע פֿרײַנד.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.