וואָס הערט זיך אין ישראל לגבי „ייִדישפּיל‟? אַרײַנגערעכנט דעם „קאמרי־טעאַטער‟, וווּ מ’שפּילט הײַנט אַ פֿאַרגויִשטע ווערסיע פֿון שלום־עליכמס „פֿידלער אויפֿן דאַך‟ (כּנר על הגג). שלום עליכמס פֿידלער איז געווען אַ פּאָלנער ייִד, אָבער דער כּנר איז אַוועק מיטן רויך פֿון קוימען.
מײַן זון אבֿי (אבֿרהם) האָפֿמאַן האָט זיך ערשט צוריקגעקערט פֿון ישׂראל, וווּ ער האָט גאַסטראָלירט און אָנטייל גענומען אינעם ייִדישן־פֿעסטיוואַל וואָס „ייִדישפּיל‟ פֿירט אַדורך יעדעס יאָר. ער האָט אויסגעפֿירט די ערשטע פּיעסע וואָס איך האָב געשריבן, באַזירט אויפֿן לעבן און שאַפֿן פֿון איציק מאַנגערן, און סײַ מײַן אבֿרהם און סײַ איציק מאַנגער האָבן שטאַרק אויסגענומען.
ווי עס ווײַזט זיך אַרויס שטייט אײַן דאָס ייִדישע טעאַטער אין ישׂראל אין גוטע הענט. הײַנט צו טאָג איז דער אַרטיסטישער דירעקטאָר ששי קשת. זיי פֿירן אויף צוויי־דרײַ ייִדישע פֿאָרשטעלונגען אַ יאָר און אַלע אויף ייִדיש; נאָך אַלעמען הייסן זיי פֿאָרט „ייִדישפּיל‟.
דאָס יאָר פֿירן זיי אויף גאָגאָלס „דער רעוויזאָר‟ מיט די בעסטע כּוחות וואָס ישראל פֿאַרמאָגט. ערשטנס, דער ריזיק טאַלאַנטירטער קאָמפּאָזיטאָר דובֿ (דובֿי) זעלצער, וועלכער האָט פֿאַרפֿאַסט די פּרעכטיקע מוזיק, צו איציק מאַנגערס די „מגילה־לידער‟, און אויך צו מאַנגערס „חומש־לידער‟ און צו שלום־עליכמס „סטעמפּעניו‟, וואָס זובין מעטאַ האָט דורכגעפֿירט מיטן ישׂראלדיקן סימפֿאָנישן אָרקעסטער אין תּל־אבֿיבֿ, צוזאַמען מיט שמואליק סגלן, וועלכער האָט רעציטירט שלום־עליכמס ווערק. די לידער־טעקסטן (lyrics) צום „רעוויזאָר‟ האָט געשריבן איינער פֿון די אַנערקענסטע ישׂראלדיקע טאַלאַנטן — חיים חפֿר. מײַק בורשטיין פֿירט אויס די הויפּט־ראָלע פֿונעם רעוויזאָר, און יאַנקעלע באָדאָ שפּילט דעם בירגערמײַסטער.
דער אַנסאַמבל איז גוט אײַנשטודירט אין זייער ייִדיש־לשון, פֿרייען מיר זיך אַז כאָטש איין ייִדישער טעאַטער פֿונקציאָנירט ווי געהעריק. איך מוז זיך אויך אָפּשטעלן אויפֿן אָפּקלויב פֿון דער פּיעסע. דאָס ייִדישע טעאַטער גלײַך בײַם סאַמען בראשית האָט אויפֿגעפֿירט נישט נאָר פּיעסעס אויף ייִדישע טעמעס, נאָר אויך שעקספּירס, טשעכאָווס, מאָליערס און אפֿילו מאַקסים גאָרקיס ליטעראַרישע ווערק.
די ייִדישע בינע האָט אויך באַשײַנט אַנ־סקיס „דיבוק‟, שלום־עליכמס „טובֿיה דער מילכיקער‟, י.י. זינגערס „יאָשע קאַלב‟, און אַלץ האָט געהאַט אַ ייִדישן טעם, ערשטנס ווײַל מען האָט עס אַדורכגעפֿירט אויף ייִדיש, און צווייטנס ווײַל עס איז געלעגן אין די ריכטיקע הענט.
דערציילט מיר מײַן זון, אַז ער האָט אויך באַזוכט דעם „כּמרי־טעאַטער‟ אין תּל־אבֿיבֿ, וווּ מען האָט געשפּילט „פֿידלער אויפֿן דאַך‟. ער איז אַרויס אַן אַנטוישטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.