(די 2 טע זײַט פֿון 3)
אָנהייבנדיק פֿון די 1930ער יאָרן, האָבן די סאָוועטישע און אַמעריקאַנער אינזשענירן פֿאַרשטאַנען, אַז אויפֿן סמך פֿון בולס לאָגישער טעאָריע, באַזירט אויף דער פּשוטער „שוואַרץ־ווײַסער‟ לאָגיק, קאָן מען שאַפֿן מעכאַנישע און עלעקטרישע מכשירים, וואָס טויגן אויף אַלערליי חשבונות. דורך פּשוטע אָפּעראַציעס מיט צוויי היפּוכדיקע לאָגישע ווערטן — אמת און שקר, יאָ אָדער ניין — קאָן מען דעפֿינירן אַלע אַנדערע צווײַגן פֿון מאַטעמאַטיק און מאָדעלירן כּלערליי פּראָצעסן, וואָס קומען פֿאָר אינעם אוניווערס.
בולס ביאָגראַפֿיע און ירושה שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ פֿאַרכאַפּנדיקן היסטאָרישן פּאַראַדאָקס. אין מײַן פֿריִערדיקן אַרטיקל האָב איך דערציילט, אַז במשך פֿון דער לאַנגער ייִדישער געשיכטע האָבן טויזנטער מענטשן באַשלאָסן צו ווערן אַ טייל פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. אינעם 19סטן יאָרהונדערט, בפֿרט אין מערבֿ־אייראָפּע, אויפֿגעשטיגן אַ גאַנצע כוואַליע פֿון אינטערעס צו ייִדישקייט, און די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדן האָבן עס באַמערקט.
רבי נחמן בראַצלעווער דערקלערט אין זײַן ספֿר „ליקוטי מוהר״ן‟, אַז ווען די הייליקע ייִדישע אמונה ווערט שטאַרקער, פֿאַרשפּרייטן זיך גרים אין דער וועלט. צומאָל, דערקלערט דער רבי, זענען מענטשן זיך ממש מגייר על־פּי־הלכה, און צומאָל ווערן זיי גרים בכּוח — פּאָטענציאַלע ייִדן, וואָס אין זייער נשמה אַנטפּלעקט זיך די קדושה פֿון ייִדישער אמונה, אָבער למעשׂה פֿאַרלאָזן זיי נישט זייער פֿריִערדיקע רעליגיע.
דער טשערינער רבֿ, נחמן גאָלדשטיין, אַ פּראָמינענטער ממשיך פֿון רבי נחמנס דרך און בולס אַ מיטצײַטלער, באַטאָנט אין זײַן פּירוש „פּרפּראָות לחכמה‟, אַז אַ סך מענטשן זענען אין זײַן תּקופֿה טאַקע געוואָרן פּאָטענציעלע ייִדן אין זייער האַרצן, הגם על־פּי־הלכה זענען זיי געבליבן גויים. אויפֿן ערשטן בליק, קומט אַזאַ געדאַנק אין סתּירה מיט בולס „שוואַרץ־ווײַסער‟ לאָגיק פֿון צוויי אַבסאָלוטע היפּוכים. אַ „ייִדישער גוי‟ קלינגט ווי אַן אָקסימאָראָן.
הרבֿ אַבֿרהם־יהודה חן, אַ באַקאַנטער חב״דניק, ברענגט אין זײַן ספֿר „במלכות היהדות‟ אַ פּאָר קאָנקרעטע מוסטערן פֿון אַזעלכע פּערזענלעכקייטן, וואָס „זיי פֿעלט בלויז אַ פֿאָרמעלער גיור‟. צווישן די קאַנדידאַטן דערמאָנט ער דעם גרויסן אינדישן פּאָעט און דענקער ראַבינדראַנאַט טאַגאָר. אַן אַנדער חב״דניק, הרבֿ שמואל אַלכּסנדראָוו, באַטראַכט אין זײַנע בריוו די ענלעכרייט צווישן חב״ד צו בודיזם. ס׳איז מערקווירדיק, אַז צוויי ערנסטע חסידישע רבנים פֿון מיזרח־אייראָפּע האָבן באַמערקט, אַז דווקא אין אינדיע טרעפֿן זיך מענטשן, וואָס קלינגען ווי ייִדישע חכמים. נישט אומזיסט האָט בול זיך אינטערעסירט מיט ביידע גײַסטיקע טראַדיציעס.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.