כּל־זמן ס’איז נאָך 2014, ווען מע מערקט אָפּ 100 יאָר נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה, וואָלט איך געוואָלט אַרויסהייבן דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר, וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן ווי אַ רעאַקציע אויף דעם גרויסן קריג, וועלכער האָט צעשטערט דאָס ייִדישע לעבן אין מיזרח־אייראָפּע.
ס’איז געבליבן אַ ווערטל „צון אונדז וועלן זיי נישט קומען‟, וואָס מע זאָגט מיט אַ שמייכל, אויסצודריקן מיט איראָניע, אַ זאָרג וועגן אַ צרה, וואָס איז גאַנץ ווײַט געאָגראַפֿיש, אָדער געזעלשאַפֿטלעך. למשל, אַז מע רעדט הײַנט וועגן דער קרענק „איבאָלאַ‟ אין אַפֿריקע, קען מען דאָס ווערטל ניצן, אָבער טיף אין האַרצן, האָט מען יאָ מורא, אַז ס’וועט „צון אונדז קומען‟.
איך האָב זיך אַלע מאָל פֿאָרגעשטעלט, אַז דאָס ווערטל שטאַמט פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה, ווען מ׳איז דווקא יאָ „געקומען‟. די ייִדישע שטעטלעך האָבן זיך געפֿונען אויפֿן פֿראָנט צווישן די דײַטשן און רוסן, און יעדער צד האָט באָמבאַרדירט די ציווילע באַפֿעלקערונג. ווי אַ רעזולטאַט פֿון דער מלחמה, האָבן מאַסן ייִדן אָדער עמיגרירט, אָדער זיך אַריבערגעצויגן אין די גרעסערע שטעט, און דאָס אַלטע ייִדישע לעבן אין די שטעטלעך איז שטאַרק פֿאַראָרעמט געוואָרן. אינעם שטעטל פֿון מײַן משפּחה, זוויניעטשקע, זענען נאָר געבליבן די ייִדן, וואָס האָבן נישט געהאַט קיין ברירה. אַנדערע זענען געפֿאָרן קיין ווין, טשערנאָוויץ אָדער אַמעריקע.
צווישן די ייִדישע פֿאָלקסלידער פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה דאַרף מען קודם־כּל דערמאָנען — „דאָס פֿערצנטע יאָר איז אָנגעקומען‟. איך ווייס פֿון בלויז צוויי רעקאָרדירונגען פֿונעם ליד; מע קען זיי הערן בײַ סידאָר בעלאַרסקי און מאיר באָגדאַנסקי. אָבער פֿאַרשריבן דאָס ליד האָבן פֿאָלקלאָריסטן איבער אַ ברייטן שטח — אין דער ליטע, פּוילן, אוקראַיִנע, רומעניע. אינעם נוסח פֿון מײַן באָבע, ליפֿשע שעכטער־ווידמאַן, דערמאָנט מען נישט דאָס פֿערצנטע יאָר, אָבער ס’איז קלאָר, אַז סע רעדט זיך וועגן דער וועלט־מלחמה.
אויף די גרינע פֿעלדער, וועלדער וויי־וויי
אויף די גרינע פֿעלדער, וועלדער,
ליגט באַדעקט מיט קוילן אַ זעלנער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.