(די 2 טע זײַט פֿון 3)
אין די ווײַטערדיקע סטראָפֿעס קומט אַ שוואַרצער פֿויגל און וויל אים אויספּיקן די אויגן, אָבער דער טויטער זעלנער בעט, ער דער פֿויגל זאָל גיכער נעמען זײַנע הענט און אַוועקפֿליִען צו זײַן מאַמען.
זאָלסט איר פֿון מײַן טויט נישט זאָגן, וויי, וויי
זאָלסט איר פֿון מײַן טויט נישט זאָגן,
אַניט וועט זי נישט אויפֿהערן קלאָגן.
דאָס ליד ענדיקט זיך מיט דער פֿראַגע, ווער וועט פֿאַר אים וויינען און קלאָגן?
ווער וועט נאָך מיר וויינען און קלאָגן?
ווער וועט נאָכגיין מײַן לוויה?
נאָר דאָס פֿערדל, דאָס געטרײַע.
מע האָט מיך פֿאַרזיכערט, אַז דער ניגון פֿונעם ליד שטאַמט פֿון אַן אוקראַיִניש פֿאָלקסליד, אָבער פּונקט וואָסער ליד קען קיינער מיר דערווײַל נישט זאָגן. דאָס ליד האָבן די ייִדישע פֿאָלקזינגער גיך אויפֿגעכאַפּט, און עס שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ מוסטער פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר, וואָס איז דווקא נישט אַלט, אָבער האָט זיך פֿאָרט גיך פֿאַרשפּרייט און אַנטוויקלט פֿאַרשיידענע וואַריאַנטן. די פֿאָרשערין יאַנינאַ וווּרבס און איך האָבן דעם פֿרילינג רעקאָרדירט אַ נוסח בײַ פּראָפֿ’ משה טאַובע, וואָס ער האָט געהערט בײַ זײַן טאַטן וועגן דעם פּויליש־סאָוועטישן קאַמף פֿון 1919.
אפֿשר איז דער בעסטער אַנאַליז פֿון אַ ליד אין דער ייִדישער פֿאָלקלאָריסטיק דאָס אַזוי־גערופֿענע „ליד פֿון דער מאָביליזאַציע‟. פּראָפֿעסאָר וואַלטער אַנדערסאָן (1885 — 1962) אַ מינסק געבוירענער קריסט, האָט די פֿאָרשונג דורכגעפֿירט אויפֿן סמך פֿון די טעקסטן וואָס די ייִדישע תּלמידים האָבן געזאַמלט פֿאַר אים אין מינסק בעת די יאָרן 1918 — 1920. די אַרבעט האָט ער אָפּגעדרוקט אין דער סעריע פֿון ייִוואָ — „פֿילאָלאָגישע שריפֿטן‟. ער שרײַבט דאָרטן, אַז ס’רובֿ מאָל האָבן די תּלמידים דאָס פֿאַרשריבן פֿון די בעטלערס און בעטלערקעס אויף די מינסקער גאַסן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.