(די 2 טע זײַט פֿון 3)
מיר האָבן פּרובירט זיי נאָכמאַכן, צופּאַסן זיך, אַסימילירן זיך — בחינומדיקע טירחה. די יעקעס האָבן זיך אַרומגעטראָגן מיט אַ נאַרישער גאווה, זיך פּרובירט אָפּרײַסן פֿון אונדזער ווײַטן פֿאַרצײַטנס. ווען ס’איז אָבער געקומען צו אונדזער שחיטה, זײַנען זיי געווען פֿון די ערשטע.
מען האָט אונדז באַשולדיקט אין ברענגען די שוואַרצע מגפֿה, אין פֿאַרסמען ברונעמער, אין בלוט־בילבולים, אין עשירות און אין קאָמוניזם, אין רעוואָלוציעס און אין זײַן פֿאַראַנטפֿאָרטלעך פֿאַר דער וועלט־עקאָנאָמיע. ווען וועלן זיי שוין אָנהייבן אונדז ליב האָבן?
מיר זײַנען באַצײכנט געוואָרן ווי פּחדנים, געלט־גײַציקע, און אַלץ צוליב אונדזער נאַציאָנאַלן געניוס. שווער צו זײַן אַ זשעני אין אַן אָפּגעשטאַנענער וועלט.
האָט זיך פּרוסאור צוגעשטעלט צום פּאָדיום פֿון דער „יו־ען‟ און דערלאַנגט לשון די דעלעגאַטן פֿון מיטעלן מזרח, און אַלץ מיט אַ געהויבענעם קאָפּ און אַנשיידענעם טאָן האָט ער אויפֿגעדעקט די צבֿיעות, די היפּאָקריטסטווע און די שאַנדע מיט וועלכער די „יו־ען‟ פֿאַרבלענדט די אויגן פֿון דער וועלט.
ער האָט אויפֿגעדעקט דאָס געמויזעכץ מיט וועלכן די דעספּאָטן פֿון די אַראַבישע לענדער פֿאַרקויפֿן מיליאָנען פֿעסעלעך נאַפֿט אויסגעמישט מיט טעראָר, רצח, פֿאַרשקלאַפֿונג פֿון פֿרויען און פֿאַרפֿלאַנצן האַס צו ישׂראל מיט דער טענה, אַז ישׂראל האָט אין 1948 פֿאַריאָגט 700 טויזנט אַראַבער (שפּעטער האָט מען זיי משנה־שם געווען אויף פּאַלעסטינער), אָבער זיי האָבן פֿאַרגעסן צו דערמאָנען, אַז די אַראַבישע לענדער האָבן אויסגעוואָרצלט 850 טויזנט ייִדן פֿון זייערע אַראַבישע לענדער.
מיט 67 יאָר צוריק האָט די „יו־ען‟ באַוויליקט צו שאַפֿן צוויי מדינות, ישׂראל און פּאַלעסטינע. דאָס איז אָבער געפֿאַלן אויף טויבע אויערן, די אַראַבישע לענדער האָבן זיך מאָמענטאַל פֿאַראייניקט און אָנגעפֿאַלן אויף די פֿאַרבליבענע שערבלעך פֿון די געטאָס און לאַגערן, וועלכע האָבן אויפֿסנײַ געדאַרפֿט פֿירן מלחמה פֿאַר זייער עקזיסטענץ.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.