ער האָט ווידער אָנגעקלונגען; איך האָב געמיינט ער האָט אין גאַנצן פֿאַרגעסן אין מיר, זיך אָפּגעזוכט אַנדערע באַשעפֿטיקונגען, אַנדערע אופֿנים צו פֿאַרברענען די צײַט, אָבער ניין - ער האָט זיך אומגעקערט. ער האָט זיך גענומען צו מיר ווידער. מײַן געהיימער רעדאַקטאָר איז געטרײַערער, ווי איך האָב געמיינט…
געשען איז דאָס אין אַ נישט־שבתדיקן שבת: פֿול מיט געפּילדער פֿון סאַמע אינדערפֿרי אָן.
דעם קינד האָט זיך געוואָלט אויף די הענט — נאָר אויף די הענט. עס איז געווען גענוג עס זאָל ליגן אַ מינוטקעלע אין בעטל, כּדי עס זאָל פֿאַרגיין אין אַ האַרץ-רײַסנדיקן געוויין, די שכנים זאָלן שוין, חלילה, מיינען אַז דער טאַטעשי קוילעט אים אָן אַ מעסער, גאָט זאָל אָפּהיטן.
די מאַמעשי איז געלעגן אין בעט, געפּרוּווט אַרײַנכאַפּן נאָך אַביסל שלאָף. אַזוי אַרום בין איך פֿאַרבליבן אַליין אויפֿן פֿראָנט.
איך האָב געפּרוּווט אים געבן דעם סמאָטשיק און ער האָט אים אויסגעשפּיגן מיט פֿאַראַכטונג; אַ פֿלעשעלע — אויסגעשפּיגן און געוויינט נאָך שטאַרקער. איך האָב אים געביטן די ווינדלען און ער האָט זיך אַ קאַפּעלע באַרויִקט אָבער די פֿײַער־איבעררײַס איז געווען אַ קורצווײַליקע. ער ווידער אָנגעהויבן וויינען און דעמאָלט האָט דער טעלעפֿאָן זיך צעקלונגען.
געוויינטלעך איז אונדזער טעלעפֿאָן שטיל, און שבת איז ער נאָך שטילער: עס קלינגען אָן בלויז משפּחה און נאָענטע פֿרײַנד.
איך האָב באַשלאָסן, אַז איך וועל בשום-אופֿן נישט אויפֿהייבן דאָס טרײַבל, דער רוח זאָל נעמען דעם טעלעפֿאָן! איך האָב נישט קיין כּוח פֿאַר אים, איך האָב נישט מיט וועמען צו רעדן און וואָס צו זאָגן.
אָבער דער טעלעפֿאָן האָט ווײַטער געלונגען. ווער קען עס זײַן? אום שבת? אפֿשר האָט זיך חס-ושלום געטראָפֿן אַן אומגליק? אַ נויטפֿאַל? אַ טאַטנס האַרץ קלערט אָפֿט וועגן נויטפֿאַלן און אומגליקן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.