מײַן געהיימער רעדאַקטאָר

My Private Editor


פֿון עמיל קאַלין

Published December 12, 2014, issue of January 02, 2015.

(די 3 טע זײַט פֿון 3)

„יאָ, יאָ, נישט הײַנט.‟

„איך וואָלט זייער געוואָלט האָבן די געלעגנהייט שמועסן מיט אײַך באריכות וועגן אײַער שרײַבן.‟

„אַ דאַנק, אָבער נישט הײַנט.‟

„גוט, איז זײַט מיר געזונט און אַ גוטן שבת.‟

אַ קנאַק פֿון אַן אַראָפּגעלאָזטן טרײַבל האָט איבערגעריסן דעם שמועס. איך האָב אַראָפּגעלייגט דאָס טרײַבל און לײַכטער געאָטעמט.

דאָס קינד האָט געדריגעט מיט די פֿיס און געפֿאָכעט מיט די הענט.

„וואָס וויל דער פֿעטער פֿון דײַן טאַטעשי?‟ האָב איך אַ פֿרעג געגעבן מײַן אוצרל און נישט באַקומען קיין ענטפֿער.

איז דאָס אַ ייִדישע אָדער ייִדישיסטישע זאַך — שטענדיק פֿאַרריכטן יענעם? קיינמאָל נישט זײַן צופֿרידן? מייסר זײַן איבער אַ קאָמע אָדער אַ פּינטעלע? אַ פֿאַרפּלאָנטערטער זאַץ איז אַ דירעקטער דראָונג איבער דער עקזיסטענץ פֿון ייִדיש, זיך אַרויסכאַפּן מיט אַ דײַטשמעריש וואָרט — אַ מעסער אין האַרצן. פֿאַרוואָס?

איך מוז מודה זײַן אַז מײַן קריטיקער איז אַ גאָלדענער. טאַקע. פֿאַראַן ערגערע. אָט למשל, בין איך אַ מאָל געגאַנגען אויף אַ ייִדישער אונטערנעמונג מיט אַ חבֿר, אַ קאָלעגע, און ווי נאָר די אונטערנעמונג האָט גענומען אַן עק איז אונדז אַקעגנגעשפּרונגען אַן עלטערער מאַן מיט אַ צעאַקערטן, זון-אָפּגעברוינטן פּנים און אַ שטרוי-היטל אויפֿן קאָפּ.

ער האָט געקענט מײַן חבר פֿון ניו-יאָרק. רעדן האָט ער גערעדט אויף אַ סאָרט בעסאַראַבער יִידיש; זײַן פֿאַרהאַרטעוועטער רוסישער אַקצענט איז געווען צו לאַסט אויף די ווערטער:

„און דו שרײַבסט פֿאַרן ׳פֿאָרוועטס׳, אַיאָ?‟ האָט ער זיך געווענדט צום חבֿר. שיין, דו שרײַבסט בעסער ווי דו רעדסט. דײַן שרײַבן איז היימישער ווי דײַן רעדן. די ווערטער באַקומען זיך בײַ דיר נישט זייער נאַטירלעך.‟

נו, וואָס טוט מען מיט אַזאַ קאָמפּלימענט? אַזאַ האַרציקייט? וווּהין אַנטלויפֿט מען?

מײַן חבֿר האָט אַ צי געטאָן מיט די אַקסלען און אַרויסגעקוועטשט פֿון זיך אַ שמייכל. איז ער, מסתּמא, שוין אַן אויסגעפּרוּווטער מיט אַלערליי מינים חוצפּה און גראָבקייט און מענטשן פֿון דעם מין פֿון דעם בעסאַראַבישן קאַובוי.

איך קוק אַרויס אויף דעם מאָמענט ווען איך וועל קענען טאַקע גוט ענגליש אָדער כאָטש בעסער איך זאָל קענען לייענען פֿיליפּ ראָטס ביכער אינעם אָריגינאַל; דעמאָלט וואָלט איך זיך נישט געפֿוילט, אײַנגעלייגט וועלטן, געשפּאַלטן די הימלען צו קריגן זײַן טעלעפֿאָן־נומער, אָנגעקלונגען און געמאָלדן:

„פֿיליפּ, זיסינקער, דו קענסט מיך נישט אָבער איך קען דיך יאָ. איך האָב זיך געלערנט צוועלף יאָר אין אַן ענגלישער גימנאַזיע, אָבער איך וויל מיך נישט גרייסן דערמיט. בקיצור, זײַ נישט בייז אָבער איך האָב געטראָפֿן עטלעכע גרויזאַמע פֿעלער און סטיליסטישע מאָנסטערס אין דײַן לעצטן בוך, איז, הער מיך אויס…‟

דאָס הייסט גיור לחומרא.