מײַן געהיימער רעדאַקטאָר

My Private Editor


פֿון עמיל קאַלין

Published December 12, 2014, issue of January 02, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 3)

איך האָב אויפֿגעהויבן דעם טרײַבל, גרייט די ביטערע בשורה זאָל מיר אַ שלאָג טאָן אין פּנים און עס איז געווען ער; דער געהיימער רעדאַקטאָר. איך האָב גלײַך דערקענט דעם הייזעריקלעכן קול וואָס רעדט אַרויס יעדעס וואָרט באַזונדער, ווי עס וואָלט געטראָגן אין זיך אַ באַזונדער חשיבֿות, און שליסט אויס יעדן זאַץ מיט אַ קליינעם כאָרכל - אַ דונערל.

„אַ גוטן מאָרגן אײַך, פֿרײַנד קאַלין.‟

דאָס קינד האָט זיך געצאַפּלט אויף מײַנע הענט און אַרויסגעלאָזט שטיקער דערשטיקן געוויין.

„גוט־מאָרגן.‟

„אַ גוטן שבת אײַך, דאָ רעדט ר’ איקס. איך האָב אַ פּאָר באַמערקונגען וועגן אײַער לעצטן אַרטיקל וואָס איז דערשינען אין ׳פֿאָרווערטס׳. עטלעכע סטיליסטישע פֿעלערן, וואָס איך האָב געטראָפֿן. איך האָף איר האָט צײַט אויסצוהערן.‟

פֿעלערן? די וועלט איז פֿול מיט פֿעלערן. דאָס לעבן איז אַ קנויל גרײַזן, קרומקייטן און אומפּינקטלעכקייטן.

איך וואָלט גערן געקראָגן שמיץ צוליב לעסטערן מיטן פֿעדער די הייליקסטע הייליקטום — ייִדיש, אַזוינס טרעפֿט זיך נישט זעלטן מיט יונגע חבֿרה וואָס רירן זיך צו צו איר, אָבער דער מאָמענט איז נישט געווען אַ פּאַסיקער.

מײַן ענטפֿער איז געווען אַ קורצער: „אַנטשולדיקט מיך, איך מוז באַלד אַרויסגיין.‟

אויך דעם קינדס געוויין האָט געכאַפּט אַ הייזערקילעכקייט אַזאַ.

מײַן געטרײַער געהיימער רעדאָקטאָר האָט זיך פֿאַרטראַכט: „איך פֿאַרשטיי אײַך. איז, איך לייג פֿאָר אָפּלייגן דעם שמועס אויף אַן אַנדער טאָג, ווען איר וועט האָבן מער צײַט.‟