(די 3 טע זײַט פֿון 3)
דער רבי נחמן בראַצלעווער — וואָס זײַנע ווערק זענען דווקא אין ניו־סקווער שטרענג פֿאַרבאָטן, אָן קיין קלאָרע סיבות — דערקלערט דעם זעלבן ענין אין שײַכות צו תּשובֿה. יעדן טאָג ווערט אַ מענטש אַ נײַע באַשעפֿעניש, וואָס לעבט אין אַ נײַער וועלט. דער ווילעדניקער רבי, וועלכער געהערט יאָ צום סקווערער קאַנאָן, זאָגט אַפֿילו, אַז דער שׂטן אַליין וועט, סוף־כּל־סוף, תּשובֿה טאָן. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַגבֿ, אַז דער דאָזיקער מחבר האָט פֿאָרמולירט אַ גאַנצע שיטה פֿון „מיסטישן ייִדישיזם‟, לויט וועלכן ייִדיש שפּילט אַ גרויסע משיחישע ראָלע. ווען ייִדן דרשענען דבֿרי־תּורה אויף ייִדיש, בויען זיי אויף דעם מיסטישן גוף פֿון משיח און ברענגען, צו ביסלעך, די גאולה.
דער ספֿר „אור יצחק‟ פֿון רבי יצחק ראַדווילער איז אויך דורכגעזאַפּט מיטן דינאַמישן גײַסט. פֿאַרן חטא פֿונעם גאָלדענעם קעלבל, האָבן ייִדן נישט געדאַרפֿט קיין פֿיקסירטע נאָרמעס. צוליב דעם חטא, האָט משה רבינו געמוזט אַראָפּברענגען די תּורה אויף דער פֿאַרגרעבטער מדרגה פֿון הלכות און פֿיזישע מיצוות. ווען משיח וועט קומען, וועט די תּורה ווידער אָננעמען אַ ריין־גײַסטיקע פֿאָרעם. קיין גשמיותדיקע קרבנות וועט מען אין דער צוקונפֿט נישט דאַרפֿן, און דער נײַער בית־המיקדש וועט, מסתּמא, זײַן אין דער נשמה פֿון יעדן מענטש. די פּשוטע ייִדישע עסכאַטאָלאָגיע, מיטן קיבוץ־גלויות און דעם נײַעם בית־המיקדש, האָט דער מחבר פֿאַקטיש אָפּגעלייקנט לטובֿת אַ ריין־גײַסטיקער גאולה־אוטאָפּיע.
דער ספֿר „אוהבֿ ישׂראל‟, אַן אַנדער קאַנאָנישער ספֿר אין דער סקווערער טראַדיציע, הייבט זיך אָן מיט אַ ראַדיקאַלן אָפּטײַטש פֿון מעשׂה־בראשית. לויטן באַקאַנטן מדרש, איז די ערד באַשטראָפֿט געוואָרן פֿאַרן נישט פֿאָלגן דעם אייבערשטן, וועלכער האָט געהייסן צו פּראָדוצירן ביימער, וואָס זאָלן האָבן דעם זעלבן טעם, ווי די פּירות. די געטלעכע „ארץ העליונה‟, ספֿירת־הבינה, איז אָבער באַגאַנגען אַן עבֿירה לשם־שמים און עס האָט זיך באַקומען אַ וועלט, וווּ רוחניות קומט אַמאָל אין סתּירה מיט גשמיות.
דער אייבערשטער אַליין האָט, כּבֿיבול, געזינדיקט, כּדי צו שאַפֿן אַ דינאַמישע וועלט, וווּ אַ זינדיקער מענטש איז קיינמאָל נישט פֿאַרפֿאַלן. דער אַפּטער רבֿ דערקלערט ווײַטער, אַז צוליב דעם ווערט חוה אָנגערופֿן „די מוטער פֿון אַלץ, וואָס לעבט‟ („אם כּל חי‟). דווקא צוליב דעם, וואָס דער מענטש האָט פֿאַרזוכט די פֿאַרבאָטענע פּרי, געפֿאַלן און דערנאָך תּשובֿה געטאָן, קאָנען מיר דערגרייכן אַ העכערע מדרגה אין רוחניות. עס באַקומט זיך, אַז די גאַנצע וועלט איז געשאַפֿן געוואָרן דווקא צוליב בעל־תּשובֿות.
דער דערמאָנטער ספֿר „בת עין‟ הייבט זיך אויך אָן מיט אַן ענלעכער טעמע. דער מחבר דערקלערט, אַז משה רבינו האָט צעבראָכן די ערשטע לוחות, ווײַל אַזוי האָט דער באַשעפֿער פֿון אָנהייב אָן פּלאַנירט, כּדי מע זאָל אים געפֿינען אויך אין כאַאָס און חושך.
אַן אַנדער אינטערעסאַנטער עלעמענט פֿונעם אָריגינעלן טשערנאָבילער חסידות זענען טיפֿע מעדיטאַציעס — למשל, די קאָמפּליצירטע כּוונות, וואָס רב מאָטעלע האָט רעקאָמענדירט צו האָבן אין זינען, ווען מע טובֿלט זיך אין מיקווה. אַזוי ווי רבי נחמן, האָט ער אויך געגעבן אַן עצה צו פֿאַרנעמען זיך כּסדר מיט התבודדות.
ווען איך האָב געפֿונען אין רוסלאַנד אַן אַלטן „מאור עינים‟ און זיך דערוווּסט, אַז דאָס טשערנאָבילער חסידות איז געווען אַמאָל אַ קלאַסישע „אַלטערנאַטיוו‟ צו חב״ד און בראַצלעוו, האָב איך זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז ניו־סקווער מוז זײַן אַ דינאַמיש אָרט, וווּ דער עולם פֿירט טיפֿע פֿילאָסאָפֿישע דיסקוסיעס, פֿאַרנעמט זיך מיט מעדיטאַציעס און, אַוודאי, נעמט אָן בעל־תּשובֿות מיטן ברייטן האַרץ. למעשׂה, האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז דאָס שטעטל באַגרינדעט אויף פֿאַרגליווערטע צווייפֿלהאַפֿטיקע אַלטע תּקנות און געפֿינט זיך אין וואַרעמע באַציִונגען דווקא מיט די לייקוווּדער מתנגדים, און נישט מיט די בראַצלעווער צי ליובאַוויטשער. פֿאַר בעל־תּשובֿות איז דאָרט פֿאַקטיש נישטאָ קיין אָרט, הגם צײַטווײַליקע געסט באַגריסט מען זייער ברייטהאַרציק.
הגם ווייניק הײַנטיקע סקווערער זענען „פֿאַרקאָכט‟ אין קבלה און תּורת־החסידות, קאָן מען זאָגן, אַז דאָס הײַנטיקע שטעטל שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ „סקלאַד‟ פֿון רוחניות. אַנשטאָט צו פּאָסמאַקעווען די פּאַסקודנע מעשׂים פֿון געוויסע יחידים און חוזק צו מאַכן פֿון די פֿאַקטיש מתנגדישע פֿאַרגליווערטע קהילה־כּללים פֿון ניו־סקווער, איז כּדאַי פֿאַר די קריטיקער זיך בעסער צו באַקענען מיט די רײַכע און טיפֿע אוצרות פֿון דער דאָזיקער חסידישער גרופּע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.