(די 4 טע זײַט פֿון 4)
לעבן סיסלעוויץ איז געווען אַ שטעטעלע גרויס ווי אַ גענעץ — איזבאָדנע. מע האָט זיי גערופֿן איזבאָדנע טייגעכץ ווײַל פֿרײַטיק האָט דאָס גאַנצע שטעטל געשמעקט מיט געבאַקענע חלות, וואָס זיי האָבן געשטעלט אין שטאָטישן אויוון.
אין שטעטעלע יאַלאָווקע האָט מען זיי גערופֿן יאַלאָווקע ציגן ווײַל די ציגן פֿלעגן דאָרט אויפֿעסן די שטרויענע דעכער פֿון די נידעריקע הײַזלעך. די ייִדן פֿון וואָלפּע האָבן געהייסן וואָלפּער מאָרדעס, ווײַל זיי האָבן געטראָגן בערד, האָט מען די מאָרדעס נישט אָנגעזען.
אָבער די פּוילישע דריפּקעס איז אַ חוזק און אַ פֿאַרורטייל קעגן די פּויליש־רעדנדיקע ייִדן וואָס שפּילן די ראָלע פֿון גרויסער „שמינטעליגענץ‟.
נישטאָ מער די ייִדישע שטעטעלעך פֿון אַמאָל אין פוילן, ליטע, אוקראַיִנע, רוסלאַנד, רומעניע, די קאַרפּאַטן, אַלץ אַוועק מיטן רויך. און איך מוז זיך מודה זײַן, אַז די ייִדישע פּליטים האָבן זייער גאַנצע ריגזה, זייער גאַנצן האַס און קריוודע אויסגעלאָזט נישט אַזוי צו די דײַטשן ווי צו די פּאָליאַקן, נאָך אַלעמען דרײַ און אַ האַלב מיליאָן ייִדן האָבן אַמאָל באַוווינט פּוילן, די פּוילישע שכנים פֿלעגן זיך אפֿילו „דוצן‟, אַ סך פֿון די זעלבע שכנים האָבן אָנטייל גענומען אין אונדזער אומגליק. און לאָמיר נישט פֿאַרגעסן אַז היטלער האָט אויפֿגעשטעלט זײַנע גאַז־קאַמערן און פֿאַרניכטונגס־פֿאַבריקן דווקא אין פּוילן.
שווער צו לאַכן הײַנט פֿון אַזאַ צונאָמען ווי פּוילישע דריפּקע, ווײַל זי עקזיסטירט נישט מער. שווער שלום צו מאַכן מיטן פּוילישן פּוילן וואָס עקזיסטירט יאָ, וועגן צוריקגעבן אונדזער פֿאַרמעג, אונדזערע פֿאַרדינסטן, קולטורעלע, גײַסטיקע, מאָראַלישע, צוזאַמען מיטן פֿאַרלוירענעם אײגנטום. זיי גייט אין לעבן אַרײַנצולאָווען ייִדן קיין פּוילן, נישט חלילה ווי אײַנוווינער, נאָר ייִדן מיט אַ גראָבן בײַטל אויפֿצוהאַלטן אַ ייִדישן מוזיי, פֿעסטיוואַלן מיט פּוילישע קלעזמער, ייִדיש טעאַטער מיט פּוילישע אַקטיאָרן און צושויער פּאָליאַקן וואָס קומען לאַכן. און איך וועל ווידעראַמאָל איבערחזרן אַז עס זײַנען נישט נאָר אומגעקומען זעקס מיליאָן, נאַר זייערע דור דורות, דאָס איז אַ קײַמא־לן פֿון הונדערט מיליאָן וואָס מיר האָבן אָנגעוווירן מיט דער הילף פֿון די פּאָליאַקן, אוקראַיִנער, רומענער, אונגאַרער צווישן אַנדערע. מיר האָבן פֿאַרלוירן די טרעגער פֿון אונדזער רײַכער קולטור, שפּראַך, טראַדיציעס, מנהגים און אַ המשך פֿון אַ גאַנצער ייִדישער ציוויליזאַציע. מען האָט אונדז פֿאַראָרעמט און פֿאַראומגליקט אויף אייביק.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.