(די 2 טע זײַט פֿון 4)
ליידער האַלט איך, אַז דער מצבֿ וועט זיך נאָך פֿאַרערגערן, ווײַל אין אַ פּאָר עיקרדיקע אַספּעקטן גייען הײַנט די אַמעריקאַנער און ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿטן אין באַזונדערע אידעאָלאָגישע און קולטורעלע ריכטונגען.
די פֿאַראייניקטע שטאַטן ווערט אַלץ מער און מער מולטיקולטורעל, און מענטשן פֿון פֿאַרשידענע ראַסעס און רעליגיעס שפּילן וואָס אַ מאָל אַ גרעסערע ראָלע אין דער עפֿנטלעכער קולטור. כאָטש ס׳בלײַבט נאָך אין אַמעריקע טאַקע ראַסיזם, לערנט מען די יונגע אַמעריקאַנער צו באַטראַכטן זייער לאַנד, ווי אַ לאַנד פֿאַר אַלעמען; די אַמעריקאַנער שטרעבן, כאָטש טעאָרעטיש, צו זײַן אַ געזעלשאַפֿט פֿון מענטשן, וואָס קומען פֿון אַלע ראַסעס און גלויבנס.
אין דער זעלביקער צײַט, גייט מדינת־ישׂראל אין דער פֿאַרקערטער ריכטונג. הגם זי איז שטענדיק געווען אַ „ייִדישע מדינה‟, האָט דאָרטן געהערשט אַן אָפֿיציעלע טאָלעראַנץ פֿאַר מינדערהייטן. לעצטנס, האָבן פֿאַרשידענע פּראָמינענטע פּאָליטיקער, בראָש מיטן פּרעמיער בנימין נתניהו, אָבער, אָנגעהויבן בולט אָנצוּווײַזן, אַז מע וויל, דאָס לאַנד זאָל זײַן ניט בלויז אַ לאַנד פֿאַר ייִדן, וווּ אויך אַנדערע פֿעלקער קענען וווינען מיט גלײַכע דעמאָקראַטישע רעכט, נאָר אַ לאַנד, אין וועלכן בלויז די ייִדן זענען פֿולע בירגער. אַזעלכע געזעץ־פּראָיעקטן ווערן שטאַרק קריטיקירט דורך די אַמעריקאַנער ייִדן און אַפֿילו דורך די גרעסטע אַמעריקאַנער ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, וואָס זאָגן כּמעט קיינמאָל גאָרניט, וואָס שטימט ניט מיט דער מיינונג פֿון ישׂראלס רעגירונג. פֿון דער אַנדערער זײַט, שטיצן ס׳רובֿ ישׂראלים, און בפֿרט ס׳רובֿ יונגע ישׂראלים, אַזאַ שיטה. אַן אַנומלטיקע אַנקעטע פֿון יונגע ייִדישע ישׂראלים האָט געוויזן, אַז אַ מערהייט פֿון זיי וויל אַפֿילו ניט קומען אין באַריר מיט ניט־ייִדן אינעם טאָג־טעגלעכן לעבן. דאָס הייסט, אַז אין דער זעלביקער צײַט וואָס די ישׂראלדיקע געזעלשאַפֿט ווערט אַלץ מער און מער סעגרעגירט, ווערט אַמעריקע אַלץ מער און מער פֿאַרשידנאַרטיק.
עס גייט אָבער די רייד ניט בלויז וועגן די רעכט פֿון מינדערהייטן. ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן זענען ניט אָרטאָדאָקסיש, אָבער אין מדינת־ישׂראל האַלטן די אָרטאָדאָקסן אַ מאָנאָפּאָל איבער אַלע אַספּעקטן פֿונעם רעליגיעזן לעבן. דערפֿאַר וועלן אַזעלכע ענינים ווי צי מעגן פֿרויען דאַוונען מיט טליתים אָדער צוזאַמען מיט מענער בײַם „כּותל־מערבֿי‟, צי אַ קאָנסערוואַטיווער רבֿ מעג דינען ווי אַ מסדר־קידושין, און וואָס פֿאַר אַ מין גיור זאָל דאָס לאַנד אָננעמען, בלײַבן שטענדיק ווי אַ ביין אין האַלדז די באַציִונגען צווישן ישׂראלים און אַמעריקאַנער ייִדן; בפֿרט, ווען מע נעמט אין באַטראַכט, אַז די אַמעריקאַנער ייִדן ווערן וואָס מער ליבעראַל און וואָס מער פֿאַרשידנאַרטיק צוליב די אַלע געמישטע חתונות, און די ישׂראלים - אַלץ פֿרימער מיט יעדן יאָר, צוליב דעם וווּקס פֿון דער אָרטאָדאָקסישער באַפֿעלקערונג. מיט איין וואָרט, סיבות פֿון קאָנפֿליקטן וועלן ליידער, ניט אויספֿעלן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.